Page 9 - Yoyl
P. 9

‫יוֹאל‬

          ‫און איך װעל זײ מאַכן נידערן אין טאָל פֿון יהוֹ ָש ָפֿט‪,‬‬
                       ‫און איך װעל זיך דאָרטן משפּטן מיט זײ‬
                          ‫פֿאַר מ ַײן פֿאָלק און מ ַײן אַרב ישׂראל‪,‬‬

              ‫װאָס זײ האָבן זײ צעשפּרײט צװישן די פֿעלקער‪,‬‬
                                        ‫און צעטײלט מ ַײן לאַנד‪.‬‬

                ‫‪ 3‬און אױף מ ַײן פֿאָלק האָבן זײ גוֹרל געװאָרפֿן‪,‬‬
                               ‫און געגעבן אַ י ִינגל פֿאַר אַ זוֹנה‪,‬‬

            ‫און אַ מ ַײדל פֿאַרקױפֿט פֿאַר װ ַײן‪ ,‬און געטרונקען‪.‬‬

                  ‫‪ 4‬און װאָס ז ַײט איר מיר גאָר‪ ,‬צוֹר און צידוֹן‪,‬‬
                                   ‫און אַלע געגנטן פֿון פּ ֶל ֶשת?‬

         ‫צי פֿאַרגעלטונג צאָלט איר דאָס אָפּ פֿון מ ַײנעטװעגן?‬
                ‫איז‪ ,‬אױב איר פֿאַרגעלט דאָס פֿון מײנטעװעגן‪,‬‬
                                  ‫װעל איך א ַײליק גיך אומקערן‬
                          ‫א ַײער פֿאַרגעלטונג אױף א ַײער קאָפּ;‬

      ‫‪ 5‬װאָס מ ַײן זילבער און מ ַײן גאָלד האָט איר צוגענומען‪,‬‬
‫און מ ַײנע בעסטע גלוסטיקײטן געבראַכט אין א ַײערע פּאַלאַצן‬

       ‫‪ 6‬און די קינדער פֿון יהודה און די קינדער פֿון ירו ָש ַל ִים‬
               ‫האָט איר פֿאַרקױפֿט צו די קינדער פֿון די יָונים‪,‬‬
                     ‫כּדי זײ צו דערװ ַײטערן פֿון זײער געמאַרק‪.‬‬
                         ‫‪ 7‬זעט‪ ,‬איך דערװעק זײ פֿון דעם אָרט‬
                          ‫װאָס איר האָט זײ פֿאַרקױפֿט דאָרטן‪,‬‬

         ‫און איך װעל אומקערן א ַײער טוּונג אױף א ַײער קאָפּ‪.‬‬
    ‫‪ 8‬און איך װעל פֿאַרקױפֿן א ַײערע זין און א ַײערע טעכטער‬

                      ‫אין דער האַנט פֿון די קינדער פֿון יהודה‪,‬‬
   ‫און זײ װעלן זײ פֿאַרקױפֿן צו די שבֿאים‪ ,‬צו אַ װ ַײטן פֿאָלק‪,‬‬

                                     ‫װאָרום גאָט האָט גערעדט‪.‬‬

                         ‫‪ 9‬רופֿט דאָס אױס צװישן די פֿעלקער‪,‬‬
                                            ‫ברײט אָן אַ מלחמה‪,‬‬

                                        ‫װעקט אױף די גיבוֹרים;‬
                                  ‫זאָלן גענענען‪ ,‬זאָלן אַרױפֿגײן‬

                                       ‫אַלע מענער פֿון מלחמה‪.‬‬
                ‫‪ 10‬שמידט א ַײערע אַקערא ַײזנס אױף שװערדן‪,‬‬

                        ‫און א ַײערע צװ ַײגמעסערס אױף שפּיזן;‬
                      ‫דער שלאַפֿער זאָל זאָגן‪ :‬אַ גיבור בין איך‪.‬‬
   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13