Page 8 - Yoyl
P. 8
יוֹאל
און איר װעט לױבן דעם נאָמען פֿון יהוה א ַײער גאָט,
װאָס האָט געטאָן מיט א ַײך װוּנדערלעך;
און מ ַײן פֿאָלק װעט אױף אײביק ניט פֿאַרשעמט װערן.
27און איר װעט װיסן אַז איך בין צװישן ישׂראל,
און איך בין יהוה א ַײער גאָט ,און מער איז ניטאָ;
און מ ַײן פֿאָלק װעט אױף אײביק ניט פֿאַרשעמט װערן.
1און עס װעט ז ַײן נאָך דעם,
װעל איך אױסגיסן מ ַײן ג ַײסט אױף יעטװעדער ל ַײב,ג
און א ַײערע זין און א ַײערע טעכטער װעלן נבֿיאות זאָגן,
א ַײערע זקנים װעלן חלוֹמות חלומען,
א ַײערע בחורים װעלן זעונגען זען.
2און אױך אױף די קנעכט און אױף די דינסטן
װעל איך אױסגיסן מ ַײן ג ַײסט אין יענע טעג.
3און איך װעל װ ַײזן װוּנדער אין הימל און אױף דער ערד,
בלוט און פֿ ַײער און ז ַײלן רױך.
4די זון װעט פֿאַרקערט װערן אין פֿינצטערניש,
און די לבֿנה אין בלוט,
אײדער עס קומט דער טאָג פֿון גאָט,
דער גרױסער און דער מוֹראדיקער.
5און עס װעט ז ַײן,
איטלעכער װאָס װעט רופֿן דעם נאָמען פֿון גאָט,
װעט אַנטרונען װערן,
װאָרום אױף באַרג ִציוֹן און אין ירו ָש ַל ִים
װעט ז ַײן אַן אַנטרינונג,
אַזױ װי גאָט האָט געזאָגט;
און די געבליבענע װעלן ז ַײן די װאָס גאָט טוט רופֿן.
1װאָרום זע ,אין יענע טעג און אין יענער צ ַײט,
אַז איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יהודה אוןד
ירו ָש ַל ִים,
2װעל איך א ַײנזאַמלען אַלע פֿעלקער,