Page 2 - Yoyl
P. 2

‫תּורה נבֿיאים וּכתובֿים‬

              ‫תּרגום י ִידיש פֿון יהואש‬

         ‫יוֹ ֵאל‬

‫‪ 1‬דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס איז געװען צו יוֹ ֵאל דעם זון ֿפֿון‬

                     ‫פּתו ֵאלן‪:‬א‬

                                          ‫‪ 2‬הערט דאָס צו‪ ,‬איר זקנים‪,‬‬
                              ‫און ֿפֿאַרנעמט אַלע באַװױנער ֿפֿון לאַנד‪:‬‬

                                ‫איז אַזױ װאָס געשען אין א ַײערע טעג‪,‬‬
                                   ‫צי אין די טעג ֿפֿון א ַײערע עלטערן?‬

                               ‫‪ 3‬דערצײלט װעגן דעם א ַײערע קינדער‪,‬‬
                                ‫און א ַײערע קינדער צו זײערע קינדער‪,‬‬
                               ‫און זײערע קינדער צו דעם אַנדער ָדור‪.‬‬
                                 ‫‪ 4‬װאָס איז געבליבן ֿפֿון דעם װאָרעם‬

                                     ‫האָט אױֿפֿגעגעסן דער הײשעריק‪,‬‬
                             ‫און װאָס איז געבליבן ֿפֿון דעם הײשעריק‬

                                  ‫האָט אױֿפֿגעגעסן דער גראָזֿפֿרעסער‪,‬‬
                         ‫און װאָס איז געבליבן ֿפֿון דעם גראָז ֿפֿרעסער‬

                                           ‫האָט אױֿפֿגעגעסן דער גריל‪.‬‬
                                ‫‪ 5‬כאַפּט זיך אױף‪ ,‬שיכּורים‪ ,‬און װײנט‪,‬‬

                                  ‫און יאָמערט‪ ,‬אַלע טרינקער ֿפֿון װ ַײן‪,‬‬
                                                 ‫אױף דער טרױבנזאַֿפֿט‬

                       ‫װאָס זי איז ֿפֿאַרשניטן געװאָרן ֿפֿון א ַײער מױל‪.‬‬
                ‫‪ 6‬װאָרום אַ ֿפֿאָלק איז אַרױ ֿפֿגעקומען אױף מ ַײן לאַנד‪,‬‬

                                               ‫מאַכטיק און אָן אַ צאָל;‬
                                       ‫ז ַײנע צײן ז ַײנען צײן ֿפֿון אַ לײב‪,‬‬
   1   2   3   4   5   6   7