Page 2 - Shmoyis
P. 2
תּורה נבֿיאים וּכתובֿים
תּרגום י ִידיש פֿון יהואש
שמות
ְשמוֹת
1און דאָס ז ַײנען די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל װאָס
ז ַײנען געקומען קײן ִמצ ַר ִים מיט יעקבֿן; איטלעכער מיט ז ַײןא
הױזגעזינט ז ַײנען זײ געקומען 2 :ראובֿן ,שמעוןֵ ,ל ִוי ,און יהודה; 3
ִישׂ ָשׂ ָכר ,זבולון ,און בנימין; ָ 4דן און נפֿתּליָ ,גד און אָשר 5 .און אַלע
נפֿשות װאָס ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון יעקבֿס דיך ,ז ַײנען געװען
זיבעציק נפֿשות; און יוֹסף איז שױן געװען אין ִמצ ַר ִים.
6איז געשטאָרבן יוֹסף ,און אַלע ז ַײנע ברידער ,און יענער גאַנצער
ָדור .און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן זיך געפֿרוכפּערט ,און זיך
געװידמענט און געמערט 7 ,און זײ ז ַײנען געװאָרן זײער זײער
שטאַרק ,און דאָס גאַנצע לאַנד איז פֿול געװאָרן מיט זײ.
8איז אױפֿגעשטאַנען אַ נ ַײער מלך איבער ִמצ ַר ִים ,װאָס האָט ניט
געקענט יוֹספֿן 9 .און ער האָט געזאָגט צו ז ַײן פֿאָלק :זעט ,דאָס
פֿאָלק פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז מערער און שטאַרקער פֿון
אונדז 10 .קומט לאָמיר זיך קליגן קעגן אים; אַניט װעט ער זיך מערן,
און עס װעט ז ַײן ,אַז עס װעט זיך טרעפֿן אַ מלחמה ,װעט ער אױך
צושטײן צו אונדזערע פֿ ַײנט ,און ער װעט מלחמה האַלטן אױף
אונדז ,און װעט אַרױסגײן פֿון לאַנד.