Page 4 - Shmoyis
P. 4

‫שמות‬

‫‪ 1‬און אַ מאַן פֿון דעם הױז פֿון ֵל ִוי איז געגאַנגען און האָט‬

‫גענומען אַ טאָכטער פֿון ֵל ִוי‪ 2 .‬און די פֿרױ איז טראָגעדיקב‬

‫געװאָרן‪ ,‬און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט אים געזען אַז ער איז‬
‫שײן‪ ,‬און האָט אים באַהאַלטן דר ַײ חדשים‪ 3 .‬און אַז זי האָט אים‬
‫מער ניט געקענט באַהאַלטן‪ ,‬האָט זי גענומען פֿאַר אים אַ קעסטל‬
‫פֿון יאַמש‪ ,‬און האָט עס אױסגעקלעפּט מיט לײם און מיט פּעך; און‬
‫זי האָט אַר ַײנגעטאָן דערין דאָס קינד‪ ,‬און האָט עס אַהינגעטאָן אין‬
‫די ריטלעך ב ַײם ברעג ט ַײך‪ 4 .‬און ז ַײן שװעסטער האָט זיך געשטעלט‬

                  ‫פֿון דער װ ַײטן‪ ,‬צו װיסן װאָס מיט אים װעט געשען‪.‬‬

‫‪ 5‬און די טאָכטער פֿון ַפּרעהן האָט אַראָפּגענידערט זיך צו באָדן אין‬
‫ט ַײך; און אירע מײדלעך ז ַײנען אומגעגאַנגען ב ַײן ז ַײט ט ַײך‪ .‬האָט זי‬
‫דערזען דאָס קעסטל צװישן די ריטלעך‪ ,‬און זי האָט געשיקט איר‬
‫דינסט‪ ,‬און האָט עס געלאָזט נעמען‪ 6 .‬און זי האָט עס געעפֿנט‪ ,‬און‬
‫האָט עס דערזען – דאָס קינד – ערשט אַ י ִינגל װאָס װײנט‪ .‬האָט זי‬
‫זיך דערבאַרימט אױף אים‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬פֿון די קינדער פֿון די‬
‫ִעברים איז דערדאָזיקער‪ 7 .‬האָט ז ַײן שװעסטער געזאָגט צו ַפּרעהס‬
‫טאָכטער‪ :‬זאָל איך גײן און דיר רופֿן אַ זײגפֿרױ פֿון די יִידישע‬
‫װ ַײבער‪ ,‬אַז זי זאָל זײגן פֿאַר דיר דאָס קינד? ‪ 8‬האָט ַפּרעהס טאָכטער‬
‫צו איר געזאָגט‪ :‬גײ‪ .‬איז די מײדל געגאַנגען און האָט גערופֿן די‬
‫מוטער פֿון דעם קינד‪ 9 .‬און ַפּרעהס טאָכטער האָט צו איר געזאָגט‪:‬‬
‫נעם אַװעק דאָסדאָזיקע קינד‪ ,‬און זײג עס פֿאַר מיר‪ ,‬און איך װעל‬
‫דיר געבן ד ַײן לױן‪ .‬האָט די פֿרױ גענומען דאָס קינד‪ ,‬און האָט עס‬

                                                                ‫געזײגט‪.‬‬

‫‪ 10‬און אַז דאָס קינד איז גרעסער געװאָרן‪ ,‬האָט זי אים געבראַכט צו‬
‫ַפּרעהס טאָכטער‪ ,‬און ער איז איר געװאָרן פֿאַר אַ זון‪ .‬און זי האָט‬
‫גערופֿן ז ַײן נאָמען מ ֶשה‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬װ ַײל פֿון װאַסער האָב‬

                                                ‫איך אים אַרױסגעצױגן‪.‬‬

‫‪ 11‬און עס איז געװען אין יענע טעג‪ ,‬אַז משה איז אױפֿגעװאַקסן‪ ,‬איז‬
‫ער אַרױסגעגאַנגען צו ז ַײנע ברידער‪ ,‬און האָט זיך צוגעקוקט צו‬
‫זײערע לאַסטאַרבעט; און ער האָט געזען אַ מאַן אַ ִמצרי שלאָגן אַ‬
‫מאַן אַ אידן‪ ,‬פֿון ז ַײנע ברידער‪ 12 .‬האָט ער זיך אומגעקוקט אַהער‬
‫און אַהין‪ ,‬און אַז ער האָט געזען אַז קײן מענטש איז ניטאָ‪,‬‬
‫האָט ער דערשלאָגן דעם ִמצרי‪ ,‬און האָט אים באַהאַלטן אין זאַמד‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9