Page 5 - Shmoyis
P. 5

‫שמות‬

‫‪ 13‬און ער איז אַרױסגעגאַנגען אױפֿן צװײטן טאָג‪ ,‬ערשט צװײ מענער‬
‫אידן ראַנגלען זיך; האָט ער געזאָגט צו דעם אומגערעכטן‪ :‬פֿאַר װאָס‬
‫שלאָגסטו ד ַײן חבֿר? ‪ 14‬האָט יענער געזאָגט‪ :‬װער האָט דיך געמאַכט‬
‫פֿאַר אַ מאַן אַ האַר און אַ ריכטער איבער אונדז? צי מ ַײנסטו מיך צו‬
‫הרגען‪ ,‬אַזױ װי דו האָסט געהרגעט דעם ִמצרי? האָט משה מוֹרא‬
‫געקראָגן‪ ,‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬די זאַך איז דערװוּסט‬

                                                                ‫געװאָרן‪.‬‬

‫‪ 15‬און ַפּרעה האָט געהערט פֿון דערדאָזיקער זאַך‪ ,‬און ער האָט‬
‫געװאָלט הרגען משהן‪ .‬איז משה אַנטלאָפֿן פֿון פֿאַר ַפּרעהן‪ ,‬און ער‬
‫האָט זיך באַזעצט אין לאַנד ִמדָין; און ער איז געזעסן ב ַײ אַ ברונעם‪.‬‬
‫‪ 16‬און דער פּריסטער פֿון ִמדָין האָט געהאַט זיבן טעכטער; ז ַײנען זײ‬
‫געקומען‪ ,‬און האָבן אָנגעשעפּט און אָנגעפֿילט די קאָריטעס‪ ,‬כּדי‬
‫אָנצוטרינקען די שאָפּ פֿון זײער פֿאָטער‪ 17 .‬אָבער די פּאַסטוכער‬
‫ז ַײנען געקומען‪ ,‬און האָבן זײ אַװעקגעטריבן‪ .‬איז משה‬
‫אױפֿגעשטאַנען און האָט זײ געהאָלפֿן‪ ,‬און האָט אָנגעטרונקען‬
‫זײערע שאָפּ‪ 18 .‬און אַז זײ ז ַײנען געקומען צו זײער פֿאָטער ְרעו ֵאלן‪,‬‬
‫האָט ער געזאָגט‪ :‬פֿאַר װאָס ז ַײט איר ה ַײנט געקומען אַזױ גיך? ‪19‬‬
‫האָבן זײ געזאָגט‪ :‬אַ מאַן אַ ִמצרי האָט אונדז געהאָלפֿן פֿון דער‬
‫האַנט פֿון די פּאַסטוכער‪ ,‬און אױך אָנשעפּן האָט ער אָנגעשעפּט פֿאַר‬
‫אונדז‪ ,‬און האָט אָנגעטרונקען די שאָפּ‪ 20 .‬האָט ער געזאָגט צו ז ַײנע‬
‫טעכטער‪ :‬און אַװוּ איז ער? פֿאַר װאָס דען האָט איר דעם מאַן‬

                   ‫איבערגעלאָזט? רופֿט אים‪ ,‬און זאָל ער עסן ברױט‪.‬‬

‫‪ 21‬און משה האָט א ַײנגעװיליקט צו בל ַײבן ב ַײ דעם מאַן; און ער‬
‫האָט געגעבן משהן ז ַײן טאָכטער ִצפּוֹ ָרהן‪ 22 .‬און זי האָט געבאָרן אַ‬
‫זון‪ ,‬און ער האָט גערופֿן ז ַײן נאָמען ֵגרשוֹם‪ ,‬װ ַײל ער האָט געזאָגט‪:‬‬

                             ‫איך בין אַ פֿרעמדער אין אַ פֿרעמדן לאַנד‪.‬‬

‫‪ 23‬און עס איז געװען אין יענער לאַנגער צ ַײט‪ ,‬איז געשטאָרבן דער‬
‫מלך פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזיפֿצט פֿון דער‬
‫קנעכטשאַפֿט‪ ,‬און זײ האָבן געשריען‪ ,‬און זײער געשרײ איז‬
‫אױפֿגעגאַנגען צו גאָט פֿון דער קנעכטשאַפֿט‪ 24 .‬און גאָט האָט‬
‫געהערט זײער קרעכצן‪ ,‬און גאָט האָט געדאַכט אָן ז ַײן בונד מיט‬
‫אַבֿרהמען‪ ,‬מיט יצחקן‪ ,‬און מיט יעקבֿן‪ .‬און גאָט האָט געזען די‬

                         ‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און גאָט האָט געמערקט‪.‬‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10