Page 6 - Shmoyis
P. 6

‫שמות‬

‫‪ 1‬און משה האָט געפֿיטערט די שאָפּ פֿון ז ַײן שװער ִיתרוֹן‪ ,‬דעם‬

‫פּריסטער פֿון ִמדָין‪ ,‬און ער האָט געפירט די שאָפּ צום מדבר צו‪,‬ג‬

‫און ער איז געקומען צום באַרג פֿון גאָט‪ ,‬צו חוֹ ֵרבֿ‪ 2 .‬האָט זיך באַװיזן‬
‫צו אים אַ מלאך פֿון גאָט אין אַ פלאַמפֿ ַײער פֿון מיטן פֿון אַ דאָרן‪,‬‬
‫און ער האָט געזען‪ ,‬ערשט דער דאָרן ברענט אין פֿ ַײער‪ ,‬און דער‬
‫דאָרן װערט ניט פֿאַרצערט‪ 3 .‬האָט משה געזאָגט‪ :‬לאָמיך אַקאָרשט‬
‫אָפּקערן און זען די דאָזיקע גרױסע זעונג‪ ,‬פֿאַר װאָס דער דאָרן װערט‬
‫ניט פֿאַרברענט‪ 4 .‬און װי גאָט האָט געזען‪ ,‬אַז ער האָט אָפּגעקערט‬
‫צו זען‪ ,‬אַזױ האָט גאָט גערופֿן צו אים פֿון מיטן דאָרן‪ ,‬און האָט‬
‫געזאָגט‪ :‬משה! משה! האָט ער געענטפֿערט‪ :‬דאָ בין איך‪ 5 .‬האָט ער‬
‫געזאָגט‪ :‬זאָלסט ניט גענענען אַהער; טו אױס ד ַײנע שיך פֿון ד ַײנע‬
‫פיס‪ ,‬װאָרום דער אָרט װאָס דו שטײסט אױף אים‪ ,‬דאָס איז הײליקע‬
‫ערד‪ 6 .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬איך בין דער גאָט פֿון ד ַײן פֿאָטער‪ ,‬דער‬
‫גאָט פֿון אַבֿרהמען‪ ,‬דער גאָט פֿון יצחקן‪ ,‬און דער גאָט פֿון יעקבֿן‪ .‬און‬
‫משה האָט פֿאַרבאָרגן ז ַײן פּנים‪ ,‬װ ַײל ער האָט מוֹרא געהאַט צו קוקן‬
‫אױף גאָט‪ 7 .‬און גאָט האָט געזאָגט‪ :‬זען געזען האָב איך די פּ ַײן פֿון‬
‫מ ַײן פֿאָלק װאָס אין ִמצ ַר ִים‪ ,‬און איך האָב צוגעהערט ז ַײן געשרײ פֿון‬
‫װעגן ז ַײנע דריקער‪ ,‬װאָרום איך װײס ז ַײנע װ ַײטאָקן‪ 8 .‬און איך האָב‬
‫אַראָפּגענידערט אים מציל צו ז ַײן פֿון דער האַנט פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬און‬
‫אים אױפֿצוברענגען פֿון יענעם לאַנד אין אַ גוטן און אַ ברײטן לאַנד‪,‬‬
‫אין אַ לאַנד װאָס פליסט מיט מילך און האָניק‪ ,‬אין דעם אָרט פֿון‬
‫דעם כַּנ ֲעני‪ ,‬און דעם ִחתּי‪ ,‬און דעם ֶאמוֹרי‪ ,‬און דעם פּ ִרזי‪ ,‬און דעם‬
‫ִח ִוי‪ ,‬און דעם יבֿוסי‪ 9 .‬און אַצונד‪ ,‬זע‪ ,‬דאָס געשרײ פֿון די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל איז געקומען צו מיר‪ ,‬און איך האָב אױך געזען די דריקונג‬
‫װאָס די ִמצרים דריקן זײ‪ 10 .‬דרום קום אַצונד‪ ,‬און איך װעל דיך‬
‫שיקן צו ַפּרעהן‪ ,‬און צי אַרױס מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬פֿון‬
‫ִמצ ַר ִים‪ 11 .‬האָט משה געזאָגט צו גאָט‪ :‬װער בין איך‪ ,‬אַז איך זאָל גײן‬
‫צו ַפּרעהן‪ ,‬און אַז איך זאָל אַרױסציען די קינדער פֿון ישׂראל פֿון‬
‫ִמצ ַר ִים? ‪ 12‬האָט ער געזאָגט‪ :‬אָבער איך װעל ז ַײן מיט דיר; און דאָס‬
‫װעט דיר ז ַײן דער צײכן‪ ,‬אַז איך האָב דיך געשיקט‪ .‬װען דו ציסט‬
‫אַרױס דאָס פֿאָלק פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬װעט איר דינען גאָט אױף דעם דאָזיקן‬
‫באַרג‪ 13 .‬האָט משה געזאָגט צו גאָט‪ :‬אָט קום איך צו די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬און איך װעל זאָגן צו זײ‪ :‬דער גאָט פֿון א ַײערע עלטערן האָט‬
‫מיך געשיקט צו א ַײך‪ ,‬און זײ װעלן זאָגן צו מיר‪ :‬װאָס איז ז ַײן‬
‫נאָמען? װאָס זאָל איך זאָגן צו זײ? ‪ 14‬האָט גאָט געזאָגט צו משהן‪:‬‬
‫איך בין װער איך בין‪ .‬און ער האָט געזאָגט‪ :‬אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די‬
   1   2   3   4   5   6   7   8   9   10   11