Page 7 - Shmoyis
P. 7
שמות
קינדער פֿון ישׂראל” :איך בין“ האָט מיך געשיקט צו א ַײך 15 .און
גאָט האָט װ ַײטער געזאָגט צו משהן :אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער
פֿון ישׂראל :יהוה ,דער גאָט פֿון א ַײערע עלטערן ,דער גאָט פֿון
אַבֿרהמען ,דער גאָט פֿון יצחקן ,און דער גאָט פֿון יעקבֿן ,האָט מיך
געשיקט צו א ַײך .דאָס איז מ ַײן נאָמען אױף אײביק ,און דאָס איז
מ ַײן געדעכעניש אױף דוֹר-דוֹרות 16 .גײ ,און זאָלסט א ַײנזאַמלען די
עלטסטע פֿון ישׂראל ,און זאָגן צו זײ :יהוה ,דער גאָט פֿון א ַײערע
עלטערן ,דער גאָט פֿון אַבֿרהם ,יצחק ,און יעקבֿ ,האָט זיך באַװיזן צו
מיר ,אַזױ צו זאָגן :דאַכטן האָב איך געדאַכט אָן א ַײך ,און אָן װאָס
א ַײך װערט געטאָן אין ִמצ ַר ִים 17 .און איך האָב געזאָגט :איך װעל
א ַײך אױפֿברענגען פֿון דער פּ ַײן פֿון ִמצ ַר ִים ,אין לאַנד פֿון דעם כַּנ ֲעני,
און דעם ִחתּי ,און דעם ֶאמוֹרי ,און דעם פּ ִרזי ,און דעם ִח ִוי ,און דעם
יבֿוסי ,אין אַ לאַנד װאָס פליסט מיט מילך און האָניק 18 .און זײ
װעלן צוהערן צו ד ַײן ָקול ,און װעסט קומען ,דו און די עלטסטע פֿון
ישׂראל ,צו דעם מלך פֿון ִמצ ַר ִים ,און איר װעט זאָגן צו אים :יהוה,
דער גאָט פֿון די ִעבֿרים ,האָט זיך געטראָפן פֿאַר אונדז .און אַצונד,
לאָמיר גײן ,איך בעט דיך ,דר ַײ טעג װעגס אין דער מדבר ,כּדי מיר
זאָלן שלאַכטן צו יהוה אונדזער גאָט 19 .און איך װײס אַז דער מלך
פֿון ִמצ ַר ִים װעט א ַײך ניט לאָזן גײן ס ַײדן דורך אַ שטאַרקער האַנט.
20װעל איך אױסשטרעקן מ ַײן האַנט ,און איך װעל שלאָגן ִמצ ַר ִים
מיט אַלע מ ַײנע װוּנדער ,װאָס איך װעל טאָן דערין ,און דערנאָך װעט
ער א ַײך אַװעקלאָזן 21 .און איך װעל געבן דעם דאָזיקן פֿאָלק חן אין
די אױגן פֿון ִמצ ַר ִים ,און עס װעט ז ַײן ,אַז איר װעט אַרױסגײן ,װעט
איר ניט אַרױסגײן מיט לײדיקן; נאָר יעטװעדער פרױ װעט אַנטל ַײען
פֿון איר שכנטע ,און פֿון דער װאָס װױינט מיט איר אין הױז,
זילבערנע זאַכן ,און גילדערנע זאַכן ,און קלײדער; און איר װעט זײ
אָנטאָן אױף א ַײערע זין און אױף א ַײערע טעכטער ,און איר װעט
אױסלײדיקן ִמצ ַר ִים.
1האָט געענטפֿערט משה און האָט געזאָגט :אָבער זײ װעלן דאָך
מיר ניט גלױבן ,און װעלן ניט צוהערן צו מ ַײן ָקול ,װאָרום זײד
װעלן זאָגן :גאָט האָט זיך ניט באַװיזן צו דיר 2 .האָט גאָט צו אים
געזאָגט :װאָס איז דאָס אין ד ַײן האַנט? האָט ער געזאָגט :אַ שטעקן.
3האָט ער געזאָגט :טו אים אַ װאָרף צו דער ערד .האָט ער אים אַ