Page 10 - Shmoyis
P. 10

‫שמות‬

‫אַ בלוט‪-‬חתן ביסטו מיר‪ 26 .‬און ער האָט אים אָפּגעלאָזט‪ .‬דענצמאָל‬
     ‫האָט זי דאָס געזאָגט ”אַ בלוט‪-‬חתן“‪ ,‬פֿון װעגן דער באַשנ ַײדונג‪.‬‬

‫‪ 27‬און גאָט האָט געזאָגט צו אַהרֹנען‪ :‬גײ אַנטקעגן משהן צום מדבר‪.‬‬
‫איז ער געגאַנגען‪ ,‬און האָט אים באַגעגנט אױפֿן באַרג פֿון גאָט‪ ,‬און‬
‫ער האָט אים געקושט‪ 28 .‬און משה האָט דערצײלט אַהרֹנען אַלע‬
‫װערטער פֿון גאָט‪ ,‬מיט װאָס ער האָט אים געשיקט‪ ,‬און אַלע צײכנס‬

                                           ‫װאָס ער האָט אים באַפֿױלן‪.‬‬

‫‪ 29‬און משה און אַהרן ז ַײנען געגאַנגען און האָבן א ַײנגעזאַמלט אַלע‬
‫עלטסטע פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ 30 .‬און אַהרן האָט גערעדט אַלע‬
‫װערטער‪ ,‬װאָס גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬און ער האָט געטאָן די‬
‫צײכנס פֿאַר די אױגן פֿון פֿאָלק‪ 31 .‬און דאָס פֿאָלק האָט געגלױבט;‬
‫און װי זײ האָבן געהערט אַז גאָט האָט געדאַכט אָן די קינדער פֿון‬
‫ישׂראל‪ ,‬און אַז ער האָט געזען זײער פּ ַײן‪ ,‬אַזױ האָבן זײ זיך גענ ַײגט‬

                                                       ‫און זיך געבוקט‪.‬‬

‫‪ 1‬און דערנאָך ז ַײנען משה און אַהרן געקומען‪ ,‬און האָבן‬

‫געזאָגט צו ַפּרעהן‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט יהוה‪ ,‬דער גאָט פֿוןה‬

‫ישׂראל‪ :‬לאָז אַװעק מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬זײ זאָלן האַלטן אַ ָיום‪-‬טובֿ צו מיר‬
‫אין דער מדבר‪ 2 .‬האָט ַפּרעה געזאָגט‪ :‬װער איז יהוה‪ ,‬אַז איך זאָל‬
‫צוהערן צו ז ַײן ָקול‪ ,‬אַװעקצולאָזן ישׂראל? ניט איך קען יהוה‪ ,‬און‬
‫ניט איך װעל אױך אַװעקלאָזן ישׂראל‪ 3 .‬האָבן זײ געזאָגט‪ :‬דער גאָט‬
‫פֿון די ִעבֿרים האָט זיך געטראָפן פֿאַר אונדז‪ .‬לאָמיר‪ ,‬איך בעט דיך‪,‬‬
‫גײן דר ַײ טעג װעגס אין דער מדבר‪ ,‬און מיר װעלן שלאַכטן צו יהוה‬
‫אונדזער גאָט‪ ,‬כּדי ער זאָל אונדז ניט פּלאָגן מיט אַ מגפה אָדער מיט‬
‫שװערד‪ 4 .‬האָט דער מלך פֿון ִמצ ַר ִים צו זײ געזאָגט‪ :‬נאָך װאָס‪ ,‬משה‬
‫און אַהרן‪ ,‬ר ַײסט איר אָפּ דאָס פֿאָלק פֿון ז ַײן אַרבעט? גײט צו‬
‫א ַײערע לאַסטאַרבעט‪ 5 .‬און ַפּרעה האָט געזאָגט‪ :‬דאָס פֿאָלק פֿון‬
‫לאַנד איז שױן אַצונד אױך צו פיל‪ ,‬און איר װילט זײ נאָך שטערן פֿון‬

                                                  ‫זײערע לאַסטאַרבעט‪.‬‬

‫‪ 6‬און ַפּרעה האָט באַפֿױלן אין יענעם טאָג די צװינגערס אין דעם‬
‫פֿאָלק‪ ,‬און ז ַײנע אױפֿזעערס‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 7 :‬איר זאָלט מער ניט‬
‫געבן דעם פֿאָלק שטרױ אױף צו מאַכן די ציגל‪ ,‬אַזױ װי נעכטן‪-‬‬
   5   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15