Page 14 - Shmoyis
P. 14
שמות
משפּחות 26 .דאָס ז ַײנען אַהרן און משה ,װאָס גאָט האָט צו זײ
געזאָגט :ציט אַרױס די קינדער פֿון ישׂראל פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים לױט
זײערע מחנות 27 .זײ ז ַײנען דאָס די װאָס האָבן גערעדט צו ַפּרעה
דעם מלך פֿון ִמצ ַר ִים ,כּדי אַרױסצוציען די קינדער פֿון ישׂראל פֿון
ִמצ ַר ִים .דאָס ז ַײנען משה און אַהרן.
28און עס איז געװען אין דעם טאָג װאָס גאָט האָט גערעדט צו
משהן אין לאַנד ִמצ ַר ִים 29 .האָט גאָט געזאָגט צו משהן ,אַזױ צו
זאָגן :איך בין יהוה; רעד צו ַפּרעה דעם מלך פֿון ִמצ ַר ִים אַלץ װאָס
איך רעד צו דיר .האָט משה געזאָגט פֿאַר גאָט :איך האָב דאָך
פֿאַרשטאָפּטע ליפּן ,און װי װעט ַפּרעה צוהערן צו מיר?
1האָט גאָט געזאָגט צו משהן :זע ,איך האָב דיך געמאַכט װי אַ
גאָט צו ַפּרעהן ,און אַהרן ד ַײן ברודער װעט ז ַײן ד ַײן נביא 2 .דוז
װעסט רעדן אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפעלן ,און אַהרן ד ַײן ברודער
װעט רעדן צו ַפּרעהן ,ער זאָל אַװעקלאָזן די קינדער פֿון ישׂראל פֿון
ז ַײן לאַנד 3 .און איך װעל האַרט מאַכן ַפּרעהס האַרץ ,און װעל מערן
מ ַײנע צײכנס און מ ַײנע װוּנדער אין לאַנד ִמצ ַר ִים 4 .אָבער ַפּרעה
װעט ניט צוהערן צו א ַײך ,און איך װעל אַרױפֿטאָן מ ַײן האַנט אױף
ִמצ ַר ִים ,און װעל אַרױסציען מ ַײנע מחנות ,מ ַײן פֿאָלק ,די קינדער פֿון
ישׂראל ,פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים ,מיט גרױסע משפּטים 5 .און די ִמצרים
װעלן װיסן ,אַז איך בין יהוה ,װען איך װעל אױסשטרעקן מ ַײן האַנט
אױף ִמצ ַר ִים ,און װעל אַרױסציען די קינדער פֿון ישׂראל פֿון צװישן
זײ.
6האָבן משה און אַהרן אַזױ געטאָן; אַזױ װי גאָט האָט זײ באַפֿױלן,
אַזױ האָבן זײ געטאָן 7 .און משה איז געװען אַ מאַן פֿון אַכציק יאָר,
און אַהרן אַ מאַן פֿון דר ַײ און אַכציק יאָר ,װען זײ האָבן גערעדט צו
ַפּרעהן.
8און גאָט האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען ,אַזױ צו זאָגן 9 :אַז
ַפּרעה װעט רעדן צו א ַײך ,אַזױ צו זאָגן :גיט פֿון א ַײך אַ װוּנדער;
זאָלסטו זאָגן צו אַהרֹנען :נעם ד ַײן שטעקן ,און טו אַ װאָרף פֿאַר
ַפּרעהן ,װעט ער װערן אַ שלאַנג.