Page 19 - Shmoyis
P. 19

‫שמות‬

‫‪ 26‬און משה איז אַרױסגעגאַנגען פֿון ַפּרעהן‪ ,‬און האָט געבעטן צו‬
‫גאָט‪ 27 .‬און גאָט האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן‪,‬‬
‫און האָט אָפּגעטאָן דאָס געמיש פליגן‪ ,‬פֿון ַפּרעהן‪ ,‬פֿון ז ַײנע קנעכט‪,‬‬

                     ‫און פֿון ז ַײן פֿאָלק; ניט אַן אײנציקע איז געבליבן‪.‬‬

‫‪ 28‬אָבער ַפּרעה האָט אױך דאָס מאָל האַרט געמאַכט ז ַײן האַרץ‪ ,‬און‬
                                   ‫האָט ניט אַװעקגעלאָזן דאָס פֿאָלק‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬קום צו ַפּרעהן‪ ,‬און רעד צו‬

‫אים‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט יהוה‪ ,‬דער גאָט פֿון די ִעברים‪ :‬לאָזט‬

‫אַװעק מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬זײ זאָלן מיר דינען‪ 2 .‬װאָרום אױב דו װילסט ניט‬
‫אַװעקלאָזן‪ ,‬און האַלטסט זײ נאָך װ ַײטער‪ 3 ,‬זע‪ ,‬װעט די האַנט פֿון‬
‫גאָט ז ַײן אױף ד ַײן פֿי װאָס אין פֿעלד‪ ,‬אױף די פֿערד‪ ,‬אױף די אײזלען‪,‬‬
‫אױף די קעמלען‪ ,‬אױף די רינדער‪ ,‬און אױף די שאָפּ; אַ זײער שװערע‬
‫מגפה‪ 4 .‬און גאָט װעט אָפּזונדערן צװישן דעם פי פֿון ישׂראל און‬
‫צװישן דעם פי פֿון ִמצ ַר ִים‪ ,‬און פֿון אַלץ װאָס געהערט צו די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל װעט גאָרנישט שטאַרבן‪ 5 .‬און גאָט האָט געמאַכט אַ‬

  ‫צ ַײט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬מאָרגן װעט גאָט טאָן די דאָזיקע זאַך אין לאַנד‪.‬‬

‫‪ 6‬און גאָט האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך אױף מאָרגן‪ ,‬און דאָס גאַנצע‬
‫פי פֿון ִמצ ַר ִים איז אױסגעשטאָרבן‪ ,‬אָבער פֿון דעם פי פֿון די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל איז אַן אײנציקס ניט געשטאָרבן‪ 7 .‬און ַפּרעה האָט‬
‫געשיקט‪ ,‬ערשט פֿון דעם פי פֿון ישׂראל איז צו מאָל אַן אײנציקס ניט‬
‫געשטאָרבן‪ .‬אָבער ַפּרעהס האַרץ איז געבליבן האַרט‪ ,‬און ער האָט‬

                                         ‫ניט אַװעקגעלאָזן דאָס פֿאָלק‪.‬‬

‫‪ 8‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן און צו אַהרֹנען‪ :‬נעמט א ַײך‬
‫א ַײערע פֿולע הױפנס אַש פֿון אַ קאַלכאױװן‪ ,‬און משה זאָל עס אַ‬
‫װאָרף טאָן אַקעגן הימל‪ ,‬פֿאַר די אױגן פֿון ַפּרעהן‪ 9 .‬און עס װעט‬
‫װערן צו שטױב איבערן גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬און װערן אַ גרינד װאָס‬
‫שלאָגט אױס אין בלאָטערן‪ ,‬אױף מענטשן און אױף בהמות‪ ,‬אין‬

                                                   ‫גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 10‬האָבן זײ גענומען אַש פֿון אַ קאַלכאױװן‪ ,‬און זײ האָבן זיך‬
‫געשטעלט פֿאַר ַפּרעהן‪ ,‬און משה האָט עס אַ װאָרף געטאָן אַקעגן‬
   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23   24