Page 23 - Shmoyis
P. 23

‫שמות‬

‫אונדזערע טעכטער‪ ,‬מיט אונדזערע שאָפּ און מיט אונדזערע רינדער‬
‫װעלן מיר גײן; װאָרום אַ ָיום‪-‬טובֿ צו יהוה איז ב ַײ אונדז‪ 10 .‬האָט ער‬
‫צו זײ געזאָגט‪ :‬זאָל יהוה אַזױ ז ַײן מיט א ַײך‪ ,‬װי איך װעל א ַײך‬
‫אַװעקלאָזן מיט א ַײערע געזינטן! זעט‪ ,‬אַז איר האָט עפּעס שלעכטס‬
‫אין אױסקוק‪ 11 .‬ניט אַזױ! גײט אַקאָרשט איר מענער און דינט יהוה‪,‬‬
‫װאָרום דאָס איז דאָך װאָס איר פֿאַרלאַנגט‪ – .‬און מע האָט זײ‬

                                        ‫אַרױסגעטריבן פֿון פֿאַר ַפּרעהן‪.‬‬

‫‪ 12‬האָט גאָט געזאָגט צו משהן‪ :‬שטרעק אױס ד ַײן האַנט אױפֿן לאַנד‬
‫ִמצ ַר ִים װעגן דעם הײשעריק‪ ,‬און ער װעט אַרױפֿגײן אױפֿן לאַנד‬
‫ִמצ ַר ִים‪ ,‬און װעט אױפֿעסן יעטװעדער קר ַײטעכץ פֿון דער ערד‪ ,‬אַלץ‬

                                  ‫װאָס דער האָגל האָט איבערגעלאָזן‪.‬‬

‫‪ 13‬און משה האָט אױסגעשטרעקט ז ַײן שטעקן אױפֿן לאַנד ִמצ ַר ִים‪,‬‬
‫און גאָט האָט געטריבן אַ מזרח‪-‬װינט אױפֿן לאַנד יענעם גאַנצן טאָג‬
‫און די גאַנצע נאַכט; װי עס איז געװאָרן פֿרימאָרגן‪ ,‬אַזױ האָט דער‬
‫מזרח‪-‬װינט אָנגעטראָגן דעם הײשעריק‪ 14 .‬און דער הײשעריק‬
‫איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬און האָט זיך‬
‫אַראָפּגעלאָזט אין דעם גאַנצן גבֿול פֿון ִמצ ַר ִים זײער שװער; ניט פֿאַר‬
‫אים איז געװען אַזאַ הײשעריק װי ער‪ ,‬און ניט נאָך אים װעט ז ַײן‬
‫אַזאַ‪ 15 .‬און ער האָט פֿאַרדעקט דעם אָנבליק פֿון דער גאַנצער ערד‪,‬‬
‫און די ערד איז פינצטער געװאָרן; און ער האָט אױפֿגעגעסן‬
‫יעטװעדער קר ַײטעכץ פֿון דער ערד‪ ,‬און יעטװעדער פֿרוכט פֿון בױם‪,‬‬
‫װאָס דער האָגל האָט איבערגעלאָזן; און עס איז ניט געבליבן קײן‬
‫גרינס פֿון אַ בױם אָדער פֿון אַ קר ַײטעכץ פֿון פֿעלד אין גאַנצן לאַנד‬

                                                                ‫ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 16‬האָט ַפּרעה גערופֿן אױף גיך משהן און אַהרֹנען‪ ,‬און האָט געזאָגט‪:‬‬
‫איך האָב געזינדיקט צו יהוה א ַײער גאָט‪ ,‬און צו א ַײך‪ 17 .‬און אַצונד‬
‫פֿאַרגיב‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬מ ַײן חטא בלױז דאָס מאָל‪ ,‬און בעט צו יהוה‬

           ‫א ַײער גאָט‪ ,‬ער זאָל אָפּטאָן פֿון מיר נאָר די דאָזיקע פּעסט‪.‬‬

‫‪ 18‬איז ער אַרױסגעגאַנגען פֿון ַפּרעהן‪ ,‬און האָט געבעטן צו גאָט‪19 .‬‬
‫און גאָט האָט פֿאַרקערט זײער אַ שטאַרקן מערבֿ‪-‬װינט‪ ,‬װאָס האָט‬
‫אַװעקגעטראָגן דעם הײשעריק‪ ,‬און האָט אים אַר ַײנגעשטופּט אין‬
   18   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28