Page 24 - Shmoyis
P. 24

‫שמות‬

‫ים‪-‬סוף; ניט אַן אײנציקער הײשעריק איז געבליבן אין גאַנצן גבֿול‬
                                                            ‫פֿון ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 20‬אָבער גאָט האָט פֿעסט געמאַכט ַפּרעהס האַרץ‪ ,‬און ער האָט ניט‬
                                  ‫אַװעקגעלאָזן די קינדער פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 21‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬שטרעק אױס ד ַײן האַנט אַקעגן‬
‫הימל‪ ,‬און זאָל װערן אַ פֿינצטערניש איבערן לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬אַז מע‬

                                  ‫זאָל קענען אָנטאַפּן די פֿינצטערניש‪.‬‬

‫‪ 22‬האָט משה אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט אַקעגן הימל‪ ,‬און עס איז‬
‫געװען אַ שטאָקפֿינצטערניש אין גאַנצן לאַנד ִמצ ַר ִים דר ַײ טעג‪ 23 .‬זײ‬
‫האָבן אײנער דעם אַנדערן ניט געזען‪ ,‬און זײ האָבן זיך קײנער ניט‬
‫אױפֿגעהױבן פֿון ז ַײן אָרט דר ַײ טעג‪ .‬אָבער ב ַײ אַלע קינדער פֿון‬

                    ‫ישׂראל איז געװען ליכטיק אין זײערע װױנערטער‪.‬‬

‫‪ 24‬האָט ַפּרעה גערופֿן משהן‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬גײט דינט יהוה; נאָר‬
‫א ַײערע שאָפּ און א ַײערע רינדער זאָלן זיך אָפּשטעלן; א ַײערע‬
‫געזינטן זאָלן אױך גײן מיט א ַײך‪ 25 .‬האָט משה געזאָגט‪ :‬אי דו מוזט‬
‫אונדז מיטגעבן שלאַכטאָפּפֿער און בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬כּדי מיר זאָלן‬
‫מקריבֿ ז ַײן צו יהוה אונדזער גאָט‪ 26 ,‬אי אונדזער פי מוז מיטגײן מיט‬
‫אונדז; ניט אַ קלױ זאָל איבערבל ַײבן; װאָרום דערפֿון װעלן מיר‬
‫נעמען אױף צו דינען יהוה אונדזער גאָט; און מיר װײסן ניט מיט‬

              ‫װאָס מיר װעלן דאַרפֿן דינען יהוה‪ ,‬ביז מיר קומען אַהין‪.‬‬

‫‪ 27‬אָבער גאָט האָט פֿעסט געמאַכט ַפּרעהס האַרץ‪ ,‬און ער האָט זײ‬
‫ניט געװאָלט אַװעקלאָזן‪ 28 .‬און ַפּרעה האָט צו אים געזאָגט‪ :‬גײ‬
‫אַװעק פֿון מיר; היט זיך‪ ,‬זאָלסט מער מ ַײן פּנים ניט זען‪ ,‬װאָרום אין‬
‫דעם טאָג װאָס דו זעסט מ ַײן פּנים‪ ,‬װעסטו שטאַרבן‪ 29 .‬האָט משה‬
‫געזאָגט‪ :‬האָסט ריכטיק גערעדט; איך װעל מער װידער ד ַײן פּנים ניט‬

                                                                    ‫זען‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬נאָך אײן פּלאָג װעל איך‬

‫ברענגען אױף ַפּרעהן און אױף ִמצ ַרִים‪ ,‬דערנאָך װעט ער א ַײךיא‬

‫אַװעקלאָזן פֿון דאַנען; אַז ער לאָזט א ַײך אַװעק‪ ,‬װעט ער א ַײך‬
   19   20   21   22   23   24   25   26   27   28   29