Page 27 - Shmoyis
P. 27
שמות
אָפּהיטן די מצות; װאָרום אין דעם דאָזיקן אײגענעם טאָג האָב איך
אַרױסגעצױגן א ַײערע מחנות פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים .און איר זאָלט היטן
דעם דאָזיקן טאָג אױף א ַײערע דוֹר-דוֹרות װי אַן אײביק געזעץ18 .
אין ערשטן חוֹדש ,פֿון פערצנטן טאָג אין חודש אין אָװנט ,זאָלט איר
עסן מצות ,ביזן אײן און צװאַנציקסטן טאָג אין חוֹדש אין אָװנט19 .
זיבן טעג זאָל זיך ניט געפֿינען זױערטײג אין א ַײערע ה ַײזער ,װאָרום
איטלעכער װאָס עסט חמץ ,יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון דער
עדה פֿון ישׂראל ,ס ַײ אַ פֿרעמדער ,און ס ַײ אַן א ַײנגעבאָרענער פֿון
לאַנד 20 .קײן חמץ זאָלט איר ניט עסן; אין אַלע א ַײערע װױנערטער
זאָלט איר עסן מצות.
21און משה האָט גערופֿן אַלע עלטסטע פֿון ישׂראל ,און האָט צו זײ
געזאָגט :ציט אַרױס און נעמט א ַײך שאָפּ לױט א ַײערע משפּחות ,און
שעכט דעם ָקרבן-פּסח 22 .און איר זאָלט נעמען אַ בינטל ֵאזוֹבֿ-גראָז
און א ַײנטונקען אין דעם בלוט װאָס אין בעקן ,און איר זאָלט צורירן
צו דעם אױבערשטידל און צו די בײדע ב ַײשטידלעך פֿון דעם בלוט
װאָס אין בעקן ,און איר זאָלט קײנער ניט אַרױסגײן פֿון דעם
א ַײנגאַנג פֿון ז ַײן הױז ביז אין דער פֿרי 23 .און אַז גאָט װעט דורכגײן
צו שלאָגן ִמצ ַר ִים ,װעט ער זען דאָס בלוט אױפֿן אױבערשטידל און
אױף די בײדע ב ַײשטידלעך ,און גאָט װעט איבערהיפּן איבערן
א ַײנגאַנג ,און ער װעט ניט לאָזן דעם אומברענגער אַר ַײנקומען אין
א ַײער הױז צו שלאָגן 24 .און איר זאָלט אָפּהיטן די דאָזיקע זאַך װי אַ
געזעץ פֿאַר דיר און פֿאַר ד ַײנע קינדער אױף אײביק 25 .און עס װעט
ז ַײן ,אַז איר װעט קומען אין דעם לאַנד װאָס גאָט װעט א ַײך געבן,
אַזױ װי ער האָט צוגעזאָגט ,זאָלט איר אָפּהיטן דעם דאָזיקן דינסט.
26און עס װעט ז ַײן ,אַז א ַײערע קינדער װעלן א ַײך פֿרעגן :װאָס איז
ב ַײ א ַײך דערדאָזיקער דינסט? 27זאָלט איר זאָגן :אַ ָקרבן-פּסח איז
דאָס צו גאָט ,װ ַײל ער האָט איבערגעהיפּט איבער די ה ַײזער פֿון די
קינדער פֿון ישׂראל אין ִמצ ַר ִים ,װען ער האָט געשלאָגן ִמצ ַר ִים ,און
אונדזערע ה ַײזער האָט ער מציל געװען .האָט דאָס פֿאָלק זיך גענײגט
און זיך געבוקט 28 .און די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען געגאַנגען און
האָבן געטאָן; אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן און אַהרֹנען ,אַזױ
האָבן זײ געטאָן.
29און עס איז געװען אין האַלבע נאַכט ,אַזױ האָט גאָט געשלאָגן
יעטװעדער ב ָכור אין לאַנד ִמצ ַר ִים ,פֿון דעם ב ָכור פֿון ַפּרעהן װאָס