Page 26 - Shmoyis
P. 26
שמות
הױזגעזינט איז צו װינציק פֿאַר אַ לאַם ,זאָל ער נעמען מיט ז ַײן שכן
װאָס איז נאָנט צו ז ַײן הױז ,לױט דער צאָל נפשות; איטלעכן װעדליק
ז ַײן עסן זאָלט איר צײלן אױפֿן לאַם 5 .אַ לאַם אָן אַ פעלער ,אַ ָזכר אַ
יאָר אַלט ,זאָל עס א ַײך ז ַײן; פֿון שעפּסן אָדער פֿון ציגן זאָלט איר
נעמען 6 .און ער זאָל ב ַײ א ַײך ז ַײן אין אָפּהיטונג ביזן פערצנטן טאָג
פֿון דעם דאָזיקן חוֹדש ,און די גאַנצע א ַײנזאַמלונג פֿון דער עדה פֿון
ישׂראל זאָל אים שעכטן קעגן אָװנט 7 .און זײ זאָלן נעמען פֿון דעם
בלוט און אַרױפֿטאָן אױף בײדע ב ַײשטידלעך ,און אױף דעם
אױבערשטידל ,אױף די ה ַײזער װאָס זײ װעלן אים עסן אין זײ 8 .און
זײ זאָלן עסן דאָס פלײש אין דערדאָזיקער נאַכט ,געבראָטן אױפֿן
פֿ ַײער; מיט מצות און מיט ביטערע קר ַײטעכצער זאָלן זײ עס עסן9 .
איר זאָלט ניט עסן פֿון אים האַלב געבראָטן ,אָדער געקאָכט,
אָפּגעקאָכט אין װאַסער ,נ ַײערט געבראָטן אױפֿן פֿ ַײער; ז ַײן קאָפּ מיט
ז ַײנע קני און מיט ז ַײנע אינגעװײד 10 .און איר זאָלט ניט איבערלאָזן
פֿון אים ביז אין דער פֿרי ,און װאָס װעט איבערבל ַײבן פֿון אים ביז
אין דער פֿרי ,זאָלט איר אין פֿ ַײער פֿאַרברענען 11 .און אַזױ זאָלט
איר אים עסן :א ַײערע לענדן אָנגעגורט ,א ַײערע שיך אױף א ַײערע
פיס ,און א ַײער שטעקן אין א ַײער האַנט; און איר זאָלט אים עסן אין
געא ַײל .אַ ָקרבן-פּסח איז דאָס צו גאָט 12 .און איך װעל דורכגײן
דורכן לאַנד ִמצ ַר ִים אין דערדאָזיקער נאַכט ,און װעל שלאָגן
יעטװעדער ב ָכור אין לאַנד ִמצ ַר ִים ,פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה; און
אױף אַלע געטער פֿון ִמצ ַר ִים װעל איך טאָן אַ משפּט; איך בין יהוה.
13און דאָס בלוט װעט א ַײך ז ַײן פֿאַר אַ צײכן אױף די ה ַײזער װאָס
איר ז ַײט דאָרטן ,און איך װעל זען דאָס בלוט ,און װעל איבערהיפּן
איבער א ַײך ,און עס װעט ניט ז ַײן צװישן א ַײך קײן פּלאָג
אומצוברענגען ,װען איך שלאָג אין לאַנד ִמצ ַר ִים 14 .און
דערדאָזיקער טאָג זאָל א ַײך ז ַײן פֿאַר אַ געדעכעניש ,און איר זאָלט
אים פֿ ַײערן אַ פֿ ַײערטאָג צו גאָט; אױף א ַײערע דוֹר-דוֹרות ,װי אַן
אײביק געזעץ ,זאָלט איר אים פֿ ַײערן 15 .זיבן טעג זאָלט איר עסן
מצות; באַלד ב ַײם ערשטן טאָג זאָלט איר אָפּטאָן זױערטײג פֿון
א ַײערע ה ַײזער ,װאָרום איטלעכער װאָס עסט חמץ פֿון ערשטן טאָג
ביזן זיבעטן טאָג ,יענע זעל זאָל פֿאַרשניטן װערן פֿון ישׂראל 16 .און
אין ערשטן טאָג זאָל ז ַײן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג ,און אין זיבעטן
טאָג זאָל ז ַײן אַ הײליקע צונױפֿרופֿונג ב ַײ א ַײך; קײן אַרבעט זאָל אין
זײ ניט געטאָן װערן ,נאָר װאָס דאַרף געגעסן װערן פֿון איטלעכן
מענטשן ,דאָס אַלײן מעג צוגעגרײט װערן ב ַײ א ַײך 17 .און איר זאָלט