Page 31 - Shmoyis
P. 31
שמות
אַ שטערנבאַנד צװישן ד ַײנע אױגן; װאָרום מיט אַ שטאַרקער האַנט
האָט אונדז גאָט אַרױסגעצױגן פֿון ִמצ ַר ִים.
ב ַש ַלח
17און עס איז געװען ,אַז ַפּרעה האָט אַװעקגעלאָזן דאָס פֿאָלק ,האָט
זײ גאָט ניט געפירט אױף דעם װעג פֿון דעם לאַנד פֿון די פּ ִלשתּים,
הגם ער איז געװען נאָנט; װאָרום גאָט האָט געזאָגט :דאָס פֿאָלק
װעט נאָך חרטה האָבן ,אַז זײ װעלן דערזען מלחמה ,און זײ װעלן זיך
אומקערן קײן ִמצ ַר ִים 18 .און גאָט האָט געפירט דאָס פֿאָלק אַרום,
אױפֿן װעג פֿון מדבר ב ַײם ים-סוף .און די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען
באַװאָפנטע אַרױפֿגעגאַנגען פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים.
19און משה האָט מיטגענומען מיט זיך די בײנער פֿון יוֹספן; װאָרום
באַשװערן האָט ער באַשװאָרן די קינדער פֿון ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן:
דערמאָנען װעט זיך גאָט דערמאָנען אָן א ַײך; זאָלט איר אױפֿברענגען
מ ַײנע בײנער פֿון דאַנען מיט א ַײך.
20און זײ האָבן געצױגן פֿון סוכּוֹת ,און האָבן גערוט אין ֵא ָתם ב ַײם
עק מדבר 21 .און גאָט איז געגאַנגען זײ פֿאַרױס ,ב ַײ טאָג אין אַ ז ַײל
פֿון װאָלקן ,זײ צו פירן אױפֿן װעג ,און ב ַײ נאַכט אין אַ ז ַײל פֿון
פֿ ַײער ,זײ צו ל ַײכטן; כּדי צו קענען גײן ב ַײ טאָג און ב ַײ נאַכט22 .
דער ז ַײל פֿון װאָלקן פלעגט זיך ניט אָפּטאָן ב ַײ טאָג ,און דער ז ַײל פֿון
פֿ ַײער ב ַײ נאַכט ,פֿון פֿאַרן פֿאָלק.
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :רעד צו די
קינדער פֿון ישׂראל ,זײ זאָלן זיך אומקערן ,און רוען פֿאַר פּי-יד
ַהחירוֹת ,צװישן ִמגדוֹל און צװישן ים ,פֿאַר ב ַעל-צפֿון; אַקעגן אים
זאָלט איר רוען ב ַײם ים 3 .און ַפּרעה װעט זאָגן אױף די קינדער פֿון
ישׂראל :זײ ז ַײנען צעטומלט אין לאַנד ,דער מדבר האָט זײ
א ַײנגעשלאָסן 4 .און איך װעל פֿעסט מאַכן ַפּרעהס האַרץ ,און ער
װעט זײ נאָכיאָגן; און איך װעל געערלעכט װערן דורך ַפּרעהן ,און
דורך ז ַײן גאַנצן חיל ,און די ִמצרים װעלן װיסן ,אַז איך בין יהוה– .
און זײ האָבן אַזױ געטאָן.