Page 34 - Shmoyis
P. 34
שמות
טריקעניש און די װאַסערן ז ַײנען זײ געװען אַ מױער פֿון זײער
רעכטער ז ַײט און פֿון זײער לינקער 30 .און גאָט האָט אין יענעם
טאָג געהאָלפן ישׂראל פֿון דער האַנט פֿון ִמצ ַר ִים ,און ישׂראל האָט
געזען די ִמצרים טױט אױפֿן ברעג פֿון ים 31 .און ישׂראל האָט געזען
די גרױסע שטאַרקײט װאָס גאָט האָט געטאָן אַקעגן ִמצ ַר ִים ,און
דאָס פֿאָלק האָט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט ,און זײ האָבן געגלױבט אין
גאָט ,און אין ז ַײן קנעכט משהן.
1דענצמאָל טוט זינגען משה און די קינדער פֿון ישׂראל
דאָסדאָזיקע געזאַנג צו גאָט ,און זײ האָבן געזאָגט ,אַזױ צוטו
זאָגן:
איך װעל זינגען צו יהוה,
װאָרום ער איז הױך דערהײכט;
דעם פֿערד מיט ז ַײן ר ַײטער
האָט ער געשל ַײדערט אין ים.
2מ ַײן שטאַרקײט און געזאַנג איז ָיה,
און ער איז מיר געװען אַ ישועה.
דאָס איז מ ַײן גאָט,
און איך װעל אים באַשײנען;
דער גאָט פֿון מ ַײן פֿאָטער,
און איך װעל אים דערהײבן.
3יהוה איז אַ קריגסמאַן,
יהוה איז ז ַײן נאָמען.
ַ 4פּרעהס ר ַײטװעגן און ז ַײן חיל
האָט ער געװאָרפֿן אין ים,
און ז ַײנע געקליבענע עלטסטע
ז ַײנען אין ים-סוף דערטרונקען.
5די תּ ָהומען טוען זײ צודעקן,
זײ האָבן װי אַ שטײן אין די טיפענישן גענידערט.
6ד ַײן רעכטע האַנט ,גאָט,
דו פּראַכטיקער אין שטאַרקײט,