Page 38 - Shmoyis
P. 38
שמות
זײ װעלן אָפּמעסטן װאָס זײ װעלן אַהײמברענגען ,װעט עס ז ַײן צװײ
מאָל אַזױ פיל װי זײ קל ַײבן אױף טאָגטעגלעך.
6און משה און אַהרן האָבן געזאָגט צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל :אין
אָװנט װעט איר װיסן ,אַז גאָט האָט א ַײך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד
ִמצ ַר ִים; 7און אין דער פֿרי װעט איר זען די פּראַכט פֿון גאָט; װאָרום
ער האָט צוגעהערט א ַײערע מורמלער ַײען אַקעגן גאָט .און װאָס
ז ַײנען מיר ,װאָס איר מורמלט אַקעגן אונדז? 8און משה האָט
געזאָגט :דאָס װעט געשען װען גאָט װעט א ַײך געבן אין אָװנט פלײש
צום עסן ,און אין דער פֿרי ברױט צו זאַט; װאָרום גאָט האָט געהערט
א ַײערע מורמלער ַײען װאָס איר מורמלט אַקעגן אים; און װאָס
ז ַײנען מיר? ניט אַקעגן אונדז ז ַײנען א ַײערע מורמלער ַײען,
נ ַײערט אַקעגן גאָט 9 .און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען :זאָג צו
דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל :גענענט פֿאַר גאָט,
װאָרום ער האָט צוגעהערט א ַײערע מורמלער ַײען.
10און עס איז געװען ,װי אַהרן האָט גערעדט צו דער גאַנצער עדה
פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,האָבן זײ זיך אומגעקוקט צום מדבר,
ערשט די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך באַװיזן אין װאָלקן 11 .און גאָט
האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 12 :איך האָב געהערט די
מורמלער ַײען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל .רעד צו זײ אַזױ צו זאָגן:
קעגן אָװנט װעט איר עסן פלײש ,און אין דער פֿרי װעט איר זיך זעטן
מיט ברױט ,און איר װעט װיסן ,אַז איך בין יהוה א ַײער גאָט.
13און עס איז געװען אין אָװנט ,ז ַײנען אַרױפֿגעקומען
װאַכטלפױגלען און האָבן באַדעקט דעם לאַגער; און אין דער פֿרי איז
געװען אַ שיכט טױ רונד אַרום לאַגער 14 .און אַז די שיכט טױ האָט
זיך אױפֿגעהױבן ,ערשט אױפֿן געזיכט פֿון מדבר איז דינס ,שופּיקס,
דין אַזױ װי פראָסט אױף דער ערד 15 .און װי די קינדער פֿון ישׂראל
האָבן דאָס געזען ,אַזױ האָבן זײ געזאָגט אײנער צום אַנדערןַ :מן
הוא? ,װ ַײל זײ האָבן ניט געװוּסט װאָס דאָס איז .האָט משה צו זײ
געזאָגט :דאָס איז דאָס ברױט ,װאָס גאָט האָט א ַײך געגעבן צום עסן.
16דאָס איז די זאַך ,װאָס גאָט האָט באַפֿױלן :קל ַײבט דערפֿון
איטלעכער לױט ז ַײן עסן; אַן עוֹ ֶמר אױף אַ קאָפּ ,לױט דער צאָל פֿון