Page 41 - Shmoyis
P. 41
שמות
גאָר האָסטו אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון ִמצ ַר ִים ,צו טײטן מיך און מ ַײנע
קינדער און מ ַײנע פי דורך דאָרשט?
4האָט משה געשריען צו גאָט ,אַזױ צו זאָגן :װאָס זאָל איך טאָן צו
דעם דאָזיקן פֿאָלק? נאָך אַ ביסל און זײ װעלן מיך פֿאַרשטײנען.
5האָט גאָט געזאָגט צו משהן :גײ פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק ,און נעם מיט
דיר פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל; און ד ַײן שטעקן ,װאָס דו האָסט
מיט אים געשלאָגן דעם ט ַײך ,נעם אין ד ַײן האַנט ,און זאָלסט גײן6 .
זע ,איך װעל דאָרטן שטײן פֿאַר דיר אױפֿן פעלז אין חוֹ ֵרב; און
זאָלסט שלאָגן דעם פעלז ,און עס װעט אַרױסגײן פֿון אים װאַסער,
און דאָס פֿאָלק װעט טרינקען .און משה האָט אַזױ געטאָן פֿאַר די
אױגן פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל.
7און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט ַמ ָסה און מרי ָבה,
פֿון װעגן דעם קריגן זיך פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,און פֿון װעגן
זײער פּרוּװן גאָט ,אַזױ צו זאָגן :איז גאָט פֿאַראַן צװישן אונדז אָדער
ניט?
8און ַע ָמ ֵלק איז געקומען ,און האָט מלחמה געהאַלטן מיט ישׂראל
אין רפידים 9 .האָט משה געזאָגט צו יהוֹשוען :קל ַײב אונדז אױס
מענער ,און גײ אַרױס ,האַלט מלחמה מיט ַע ָמ ֵלק .מאָרגן װעל איך
זיך שטעלן אױפֿן שפּיץ באַרג ,מיט דעם שטעקן פֿון גאָט אין מ ַײן
האַנט.
10האָט יהוֹשו ַע געטאָן אַזױ װי משה האָט אים אָנגעזאָגט – מלחמה
צו האַלטן מיט ַע ָמ ֵלק .און משה ,אַהרן ,און חור ז ַײנען
אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן שפּיץ באַרג 11 .און עס איז געװען ,װי משה
האָט אױפֿגעהױבן ז ַײן האַנט ,אַזױ האָט גוֹבר געװען ישׂראל ,און װי
ער האָט אַראָפּגעלאָזט ז ַײן האַנט ,אַזױ האָט גוֹבר געװען ַע ָמ ֵלק12 .
און משהס הענט ז ַײנען געװאָרן שװער; האָבן זײ גענומען אַ שטײן
און אַװעקגעלײגט אונטער אים ,און ער האָט זיך דערױף געזעצט.
און אַהרן און חור האָבן אונטערגעלענט ז ַײנע הענט ,אײנער פֿון דער
ז ַײט ,און אײנער פֿון דער אַנדער ז ַײט; און ז ַײנע הענט ז ַײנען געבליבן
פֿעסט ביז זונאונטערגאַנג 13 .און יהוֹשו ַע האָט פֿאַרשלאַפט ַע ָמ ֵלק
און ז ַײן פֿאָלק מיטן שאַרף פֿון שװערד.