Page 36 - Shmoyis
P. 36

‫שמות‬

                     ‫‪ 14‬פעלקער האָבן געהערט‪ ,‬האָבן זײ געציטערט‪,‬‬
                       ‫אַן אַנגסט האָט באַנומען די װוֹינער פֿון פּ ֶל ֶשת‪.‬‬

             ‫‪ 15‬דערשראָקן האָבן זיך דענצמאָל די פירשטן פֿון ֶאדוֹם‪,‬‬
                     ‫די פירער פֿון מוֹאָב‪ ,‬זײ האָט אַ שױדער באַנומען‪,‬‬
                       ‫צעגאַנגען געװאָרן ז ַײנען אַלע װוינער פֿון ְכַּנ ַען;‬
                         ‫‪ 16‬אַן אימה און אַ פּחד איז געפֿאַלן אױף זײ‪.‬‬
                                   ‫דורך דער גרױסקײט פֿון ד ַײן אָרעם‬
                                  ‫ז ַײנען זײ שטיל װי אַ שטײן געװאָרן‪,‬‬
                                    ‫בעת ד ַײן פֿאָלק איז אַריבער‪ ,‬גאָט‪,‬‬

          ‫בעת אַריבער איז דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסגעקױפֿט‪.‬‬
                                 ‫‪ 17‬װעסט זײ ברענגען און זײ פלאַנצן‬
                                         ‫אױף דעם באַרג פֿון ד ַײן אַרב‪,‬‬
                                    ‫דעם אָרט װאָס דו האָסט געמאַכט‬
                                             ‫פֿאַר דיר‪ ,‬גאָט‪ ,‬צו װוינען‪,‬‬
                                                 ‫דעם הײליקטום‪ ,‬גאָט‪,‬‬

                               ‫װאָס ד ַײנע הענט האָבן אױפֿגעשטעלט‪.‬‬

                                                    ‫‪ 18‬גאָט װעט קיניגן‬
                                            ‫אױף אײביק און שטענדיק‪.‬‬

‫‪ 19‬װאָרום ַפּרעהס פֿערד מיט ז ַײנע ר ַײטװעגן און ז ַײנע ר ַײטער ז ַײנען‬
‫אַר ַײן אין ים‪ ,‬און גאָט האָט אומגעקערט אױף זײ די װאַסערן פֿון ים‪,‬‬
‫און די קינדער פֿון ישׂראל ז ַײנען געגאַנגען אין מיטן ים אױף‬

                                                             ‫טריקעניש‪.‬‬

‫‪ 20‬און מרים די נביאה‪ ,‬אַהרנס שװעסטער‪ ,‬האָט גענומען די פּױק‬
‫אין איר האַנט‪ ,‬און אַלע װ ַײבער ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען נאָך איר מיט‬

           ‫פּױקן און מיט טענץ‪ 21 .‬און מרים האָט געזונגען פֿאַר זײ‪:‬‬

                                                          ‫זינגט צו גאָט‪,‬‬
                                        ‫װאָרום ער איז הױך דערהײכט;‬

                                            ‫דעם פֿערד מיט ז ַײן ר ַײטער‬
                                         ‫האָט ער געשל ַײדערט אין ים‪.‬‬

‫‪ 22‬און משה האָט געמאַכט ציען די ישׂראל פֿון ים‪-‬סוף‪ ,‬און זײ ז ַײנען‬
‫אַרױסגעגאַנגען צום מדבר שור; און זײ ז ַײנען געגאַנגען דר ַײ טעג אין‬
‫דער מדבר‪ ,‬און האָבן ניט געפונען קײן װאַסער‪ 23 .‬און זײ ז ַײנען‬
   31   32   33   34   35   36   37   38   39   40   41