Page 35 - Shmoyis
P. 35
שמות
ד ַײן רעכטע האַנט ,גאָט,
טוט צעברעכן דעם פֿ ַײנט.
7און מיט ד ַײן גרױס מאַכטיקײט
צעשטערסטו ד ַײנע קעגנשטײער;
שיקסט אַרױס ד ַײן גרימצאָרן,
פֿאַרצערט ער זײ װי שטרױ.
8און פֿון דעם הױך פֿון ד ַײנע נאָזלעכער
האָבן זיך די װאַסערן געהױפנט;
אַזױ װי אַ סטױג
ז ַײנען די שטראָמען געשטאַנען;
די תּ ָהומען האָבן געגליװערט
אין האַרצן פֿון ים.
9דער פֿ ַײנט האָט געזאָגט:
איך װעל יאָגן ,איך װעל כאַפּן,
איך װעל אױסטײלן רױב,
מ ַײן זעל װעט זיך אָנפֿילן מיט זײ;
איך װעל ציען מ ַײן שװערד,
אױסראָטן װעט זײ מ ַײן האַנט.
10האָסטו מיט ד ַײן אָטעם אַ בלאָז געטאָן,
האָט דער ים זײ צוגעדעקט;
זײ ז ַײנען א ַײנגעזונקען װי בל ַײ
אין די מאַכטיקע װאַסערן.
11װער איז װי דו ,יהוה,
צװישן די מאַכטיקע?
װער איז װי דו,
פּראַכטיק אין הײליקײט,
פאָרכטיק אין לױבונגען,
טוער פֿון װוּנדער?
12האָסט אױסגעשטרעקט ד ַײן רעכטע האַנט,
האָט די ערד זײ א ַײנגעשלונגען.
13האָסט געפירט מיט ד ַײן חסד
דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסגעלײזט;
באַלײט מיט ד ַײן שטאַרקײט
צו ד ַײן הײליקער װוינונג.