Page 40 - Shmoyis
P. 40
שמות
איטלעכער ב ַײ זיך; קײנער זאָל ניט אַרױסגײן פֿון ז ַײן אָרט אין
זיבעטן טאָג.
30און דאָס פֿאָלק האָט גערוט אין זיבעטן טאָג.
31און דאָס הױז פֿון ישׂראל האָט גערופֿן דעם נאָמען דערפֿון ַמן; און
עס איז געװען אַזױ װי קאָריאַנדערזאָמען ,װ ַײס; און דער טעם
דערופֿן איז געװען אַזױ װי אַ פּלעצל אױף האָניק.
32און משה האָט געזאָגט :דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן:
אַן עוֹ ֶמר-פֿול דערפֿון זאָל ז ַײן פֿאַר אַ היטונג אױף א ַײערע דוֹר-דוֹרות,
כּדי זײ זאָלן זען דאָס ברױט װאָס איך האָב א ַײך געגעבן עסן אין דער
מדבר ,װען איך האָב א ַײך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים.
33און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען :נעם אַ קרוג ,און טו אַהין
אַר ַײן אַן עוֹ ֶמר-פֿול ַמן ,און שטעל עס אַװעק פֿאַר גאָט ,פֿאַר אַ
היטונג אױף א ַײערע דוֹר-דוֹרות 34 .אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן,
אַזױ האָט עס אַהרן אַװעקגעשטעלט פֿאַרן געזעץ ,פֿאַר אַ היטונג.
35און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געגעסן דעם ַמן פֿערציק יאָר ,ביז
זײ ז ַײנען געקומען צו באַװוינטן לאַנד; זײ האָבן געגעסן דעם ַמן ביז
זײ ז ַײנען געקומען צום ברעג פֿון לאַנד כַּנ ַען 36 .און אַן עוֹ ֶמר דאָס
איז אַ צענטל ֵאי ָפה.
1און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט געצױגן
פֿון מדבר סין אױף זײערע צִיונגען ,לױט דעם מױל פֿון גאָט,יז
און זײ האָבן גערוט אין רפידים; און עס איז ניט געװען קײן װאַסער
פֿאַרן פֿאָלק צום טרינקען 2 .און דאָס פֿאָלק האָט זיך געקריגט מיט
משהן ,און זײ האָבן געזאָגט :גיט אונדז װאַסער ,מיר זאָלן טרינקען.
האָט משה צו זײ געזאָגט :װאָס קריגט איר זיך מיט מיר? װאָס
פּרוּװט איר גאָט?
3און דאָס פֿאָלק האָט דאָרטן געדאָרשט נאָך װאַסער ,און דאָס
פֿאָלק האָט געמורמלט אַקעגן משהן ,און האָט געזאָגט :נאָך װאָס