Page 44 - Shmoyis
P. 44
שמות
און זײ װעלן דיר פֿאַרגרינגערן ,און מיטטראָגן מיט דיר 23 .אױב דו
װעסט טאָן די דאָזיקע זאַך ,און גאָט װעט דיר אַזױ הײסן ,װעסטו
קענען באַשטײן ,און אױך דאָסדאָזיקע גאַנצע פֿאָלק װעט גײן אַהײם
אין שלום.
24האָט משה צוגעהערט צו דעם ָקול פֿון ז ַײן שװער ,און ער האָט
געטאָן אַלץ װאָס ער האָט געזאָגט 25 .און משה האָט אױסגעקליבן
טױגלעכע מענטשן פֿון גאַנץ ישׂראל ,און האָט זײ געמאַכט פֿאַר
הױפּטל ַײט איבערן פֿאָלק ,פֿאַר עלטסטע פֿון טױזנט ,עלטסטע פֿון
הונדערט ,עלטסטע פֿון פֿופֿציק ,און עלטסטע פֿון צען 26 .און זײ
האָבן געמשפּט דאָס פֿאָלק צו יעטװעדער צ ַײט; אַ שװערע זאַך האָבן
זײ געבראַכט צו משהן ,און יעטװעדער קלײנע זאַך האָבן זײ אַלײן
געמשפּט.
27און משה האָט אַרױסבאַלײט ז ַײן שװער ,און ער איז זיך
אַװעקגעגאַנגען אין ז ַײן לאַנד.
1אין דריטן חוֹדש נאָכן אַרױסגײן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל
פֿון לאַנד ִמצ ַרִים ,אין דעם דאָזיקן טאָג ,ז ַײנען זײ אָנגעקומעןיט
אין מדבר סיַני 2 .און אַז זײ האָבן געצױגן פֿון רפידים ,און ז ַײנען
געקומען אין מדבר סיַני ,האָבן זײ גערוט אין מדבר; און ישׂראל האָט
דאָרטן גערוט אַקעגן באַרג.
3און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען צו גאָט ,און גאָט האָט גערופֿן צו
אים פֿון באַרג ,אַזױ צו זאָגן :אַזױ זאָלסטו זאָגן צום הױז פֿון יעקבֿ,
און דערצײלן די קינדער פֿון ישׂראל 4 :איר האָט געזען װאָס איך
האָב געטאָן צו ִמצ ַר ִים ,און װי איך האָב א ַײך געטראָגן אױף
אָדלערפליגלען ,און האָב א ַײך געבראַכט צו מיר 5 .און אַצונד ,אױב
צוהערן װעט איר צוהערן צו מ ַײן ָקול ,און איר װעט היטן מ ַײן בונד,
װעט איר ז ַײן מ ַײן באַזונדער אײגנס פֿון צװישן אַלע אומות; װאָרום
צו מיר געהערט די גאַנצע ערד 6 .און איר װעט מיר ז ַײן אַ קיניגר ַײך
פֿון כֹּהנים ,און אַ הײליק פֿאָלק .דאָס ז ַײנען די װערטער װאָס דו
זאָלסט רעדן צו די קינדער פֿון ישׂראל.