Page 45 - Shmoyis
P. 45
שמות
7און משה איז געקומען און האָט צונױפֿגערופֿן די עלטסטע פֿון
פֿאָלק ,און ער האָט פֿאַר זײ געלײגט אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס
גאָט האָט אים באַפֿױלן 8 .האָט געענטפֿערט דאָס גאַנצע פֿאָלק אין
אײנעם און געזאָגט :אַלץ װאָס גאָט האָט גערעדט ,װעלן מיר טאָן.
און משה האָט צוריקגעבראַכט די װערטער פֿון פֿאָלק צו גאָט.
9און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :זע ,איך קום צו דיר אין אַ
געדיכטן װאָלקן ,כּדי דאָס פֿאָלק זאָל הערן װי איך רעד מיט דיר ,און
אױך אין דיר זאָלן זײ גלױבן אױף אײביק .און משה האָט דערצײלט
די װערטער פֿון פֿאָלק צו גאָט.
10און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :גײ צום פֿאָלק ,און זאָלסט זײ
הײליקן ה ַײנט און מאָרגן ,און זײ זאָלן װאַשן זײערע קלײדער; 11און
זײ זאָלן ז ַײן אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג ,װאָרום אױפֿן דריטן טאָג
װעט גאָט אַראָפּנידערן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק אױפֿן באַרג
סיַני 12 .און זאָלסט אָפּגרענעצן דאָס פֿאָלק רונד אַרום ,אַזױ צו
זאָגן :היט א ַײך אַרױפֿצוגײן אױפֿן באַרג ,אָדער זיך אָנרירן אָן ז ַײן
ברעג .איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם באַרג זאָל טײטן געטײט
װערן; 13אַ האַנט זאָל זיך ניט אָנרירן אָן אים ,נ ַײערט פֿאַרשטײנען
זאָל ער פֿאַרשטײנט װערן ,אָדער שיסן זאָל ער געשאָסן װערן; ס ַײ אַ
בהמה ,ס ַײ אַ מענטש ,זאָל ער ניט בל ַײבן לעבן .ערשט אַז דער האָרן
גיט אַן אױסגעצױגענעם בלאָז ,מעגן זײ אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג.
14האָט משה אַראָפּגענידערט פֿון באַרג צום פֿאָלק ,און האָט
געהײליקט דאָס פֿאָלק ,און זײ האָבן געװאַשן זײערע קלײדער15 .
און ער האָט געזאָגט צום פֿאָלק :ז ַײט אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג;
איר זאָלט ניט גענענען צו אַ פרױ.
16און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג ,װי עס איז געװאָרן
פֿרימאָרגן ,אַזױ ז ַײנען געװאָרן דונערן און בליצן ,און אַ שװערער
װאָלקן אױפֿן באַרג ,און דער ָקול פֿון שוֹפר איז געװען זײער שטאַרק,
און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין לאַגער האָט געציטערט 17 .און
משה האָט אַרױסגעפֿירט דאָס פֿאָלק פֿון לאַגער גאָט אַנטקעגן ,און
זײ האָבן זיך געשטעלט אונטערן באַרג 18 .און דער באַרג סיַני איז
געװען אין גאַנצן אין רױך ,פֿון װעגן װאָס גאָט האָט אַראָפּגענידערט
אױף אים מיט פֿ ַײער; און ז ַײן רױך איז אױפֿגעגאַנגען אַזױ װי דער