Page 46 - Shmoyis
P. 46

‫שמות‬

‫רױך פֿון אַ קאַלכאױװן‪ ,‬און דער גאַנצער באַרג האָט זײער‬
‫געציטערט‪ 19 .‬און דער ָקול פֿון שוֹפֿר איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער‬
‫און שטאַרקער; משה האָט גערעדט‪ ,‬און גאָט האָט אים געענטפֿערט‬
‫אױפֿן ָקול‪ 20 .‬און גאָט האָט אַראָפּגענידערט אױפֿן באַרג סיַני‪ ,‬אױפֿן‬
‫שפּיץ באַרג‪ ,‬און גאָט האָט גערופֿן משהן אױפֿן שפּיץ באַרג‪ ,‬און‬
‫משה איז אַרױפֿגעגאַנגען‪ 21 .‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬נידער‬
‫אַראָפּ‪ ,‬װאָרן דאָס פֿאָלק; זײ װעלן זיך חלילה דורכר ַײסן צו גאָט צו‬
‫קוקן‪ ,‬און עס װעלן פֿאַלן פֿון זײ אַ סך‪ 22 .‬און אױך די כֹּהנים װאָס‬
‫גענענען צו גאָט‪ ,‬זאָלן זיך הײליקן‪ ,‬כּדי גאָט זאָל ניט מאַכן אַ בראָך‬
‫צװישן זײ‪ 23 .‬האָט משה געזאָגט צו גאָט‪ :‬דאָס פֿאָלק קען ניט‬
‫אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג סיַני‪ ,‬װאָרום דו האָסט דאָך אונדז אָנגעזאָגט‪,‬‬
‫אַזױ צו זאָגן‪ :‬גרענעץ אָפּ דעם באַרג‪ ,‬און זאָלסט אים הײליקן‪24 .‬‬
‫האָט גאָט צו אים געזאָגט‪ :‬גײ נידער אַראָפּ‪ ,‬און זאָלסט אַרױפֿקומען‪,‬‬
‫דו‪ ,‬און אַהרן מיט דיר; אָבער די כֹּהנים און דאָס פֿאָלק זאָלן זיך ניט‬
‫דורכר ַײסן אַרױפֿצוגײן צו גאָט‪ ,‬כּדי ער זאָל ניט מאַכן אַ בראָך צװישן‬

                                                                     ‫זײ‪.‬‬

           ‫‪ 25‬האָט משה אַראָפּגענידערט צום פֿאָלק‪ ,‬און זײ געזאָגט‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט אַלע די דאָזיקע װערטער‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

‫‪ 2‬איך בין יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנדכ‬
                               ‫ִמצ ַר ִים‪ ,‬פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט‪.‬‬

‫‪ 3‬זאָלסט ניט האָבן אַנדערע געטער פֿאַר מ ַײן פּנים‪ 4 .‬זאָלסט דיר‬
‫ניט מאַכן אַ געשניץ‪ ,‬אָדער אַ שום געשטאַלט פֿון װאָס אין הימל‬
‫אױבן‪ ,‬אָדער װאָס אױף דער ערד אונטן‪ ,‬אָדער װאָס אין װאַסער‬
‫אונטער דער ערד‪ 5 .‬זאָלסט זיך ניט בוקן צו זײ‪ ,‬און זאָלסט זײ ניט‬
‫דינען; װאָרום איך יהוה ד ַײן גאָט בין אַ צערנדיקער גאָט‪ ,‬װאָס רעכן‬
‫זיך פֿאַר די זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער‪ ,‬מיטן דריטן און‬
‫מיטן פֿירטן ָדור פֿון די װאָס האָבן מיך פֿ ַײנט‪ 6 ,‬און טו חסד מיטן‬
‫טױזנטסטן גליד פֿון די װאָס האָבן מיך ליב‪ ,‬און פֿון די װאָס היטן‬

                                                          ‫מ ַײנע געבאָט‪.‬‬
   41   42   43   44   45   46   47   48   49   50   51