Page 51 - Shmoyis
P. 51
שמות
אױב עס איז באַװוּסט ,אַז ער איז אַ שטױסיקער אָקס פֿון לאַנג אָן,
און ז ַײן בעל־הבית האָט אים ניט געהיט ,זאָל ער צאָלן באַצאָלן אַן
אָקס פֿאַרן אָקס ,און דער טױטער זאָל געהערן צו אים.
37אַז אַ מאַן װעט גנבֿען אַן אָקס אָדער אַ שעפּס ,און װעט אים
שעכטן ,אָדער ער װעט אים פֿאַרקױפֿן ,זאָל ער באַצאָלן פֿינף רינדער
פֿאַרן אָקס ,און פֿיר שאָפּ פֿאַרן שעפּס.
1אַז אַ גנבֿ װעט געכאַפּט װערן ב ַײ אַן א ַײנברעכונג ,און
װעט קריגן געשלאָגן און װעט שטאַרבן ,איז ניטאָ פֿאַר איםכב
קײן בלוטשולד 2 .אױב אָבער די זון איז אױפֿגעגאַנגען איבער אים,
איז דאָ פֿאַר אים בלוטשולד.
באַצאָלן מוז ער באַצאָלן; אױב ער האָט ניט ,זאָל ער פֿאַרקױפֿט
װערן פֿאַר ז ַײן גנבֿה 3 .אױב געפֿונען װעט געפֿונען װערן די גנבֿה אין
ז ַײן האַנט אַ לעבעדיקע ,ס ַײ אַן אָקס ,ס ַײ אַן אײזל ,ס ַײ אַ שעפּס,
זאָל ער באַצאָלן טאָפּל.
4אַז אַ מאַן װעט לאָזן אָפּעסן אַ פֿעלד אָדער אַ װ ַײנגאָרטן ,און װעט
אַרױסלאָזן ז ַײן בהמה ,און זי װעט אָפּעסן אין אַן אַנדערנס פֿעלד,
זאָל ער מיט דעם בעסטן פֿון ז ַײן פֿעלד ,און מיט דעם בעסטן פֿון ז ַײן
װ ַײנגאָרטן באַצאָלן.
5אַז אַ פֿ ַײער װעט אַרױסגײן ,און װעט אָנטרעפֿן דערנער ,און עס
װעט פֿאַרצערט װערן אַ סטױג ,אָדער שטײענדיקע תּבואה ,אָדער אַ
פֿעלד ,זאָל צאָלן באַצאָלן דער װאָס האָט אָנגעצונדן די שׂרפֿה.
6אַז אַ מאַן װעט געבן ז ַײן חבֿר געלט אָדער זאַכן צום היטן ,און עס
װעט געגנבֿעט װערן פֿון דעם מאַנס הױז ,אױב דער גנבֿ װעט געפֿונען
װערן ,זאָל ער באַצאָלן טאָפּל; 7אױב דער גנבֿ װעט ניט געפֿונען
װערן ,זאָל דער בעל־הבית פֿון הױז גענענען צו גאָט :צי ער האָט ניט
אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט אױף ז ַײן חבֿרס האָב 8 .ב ַײ איטלעכן חשד
פֿון אומערלעכקײט ,װעגן אַן אָקס ,װעגן אַן אײזל ,װעגן אַ שעפּס,
װעגן אַ קלײד ,װעגן װאָסער עס איז פֿאַרלאָרענער זאַך ,װאָס יענער