Page 52 - Shmoyis
P. 52

‫שמות‬

‫זאָגט‪ ,‬אַז דאָס איז עס‪ ,‬זאָל די זאַך פֿון בײדן קומען פֿאַר גאָט; דער‬
       ‫װעמען גאָט װעט מאַכן שולדיק‪ ,‬זאָל באַצאָלן ז ַײן חבֿר טאָפּל‪.‬‬

‫‪ 9‬אַז אַ מאַן װעט געבן ז ַײן חבֿר אַן אײזל‪ ,‬אָדער אַן אָקס‪ ,‬אָדער אַ‬
‫שעפּס‪ ,‬אָדער װאָסער עס איז בהמה צום היטן‪ ,‬און זי װעט‬
‫אַװעקפֿאַלן‪ ,‬אָדער געשעדיקט װערן‪ ,‬אָדער געפֿאַנגען װערן‪ ,‬װען‬
‫קײנער זעט ניט‪ 10 ,‬זאָל אַ שבועה פֿון גאָט ז ַײן צװישן זײ בײדן‪ ,‬אױב‬
‫ער האָט ניט אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט אױף ז ַײן חבֿרס האָב; און‬
‫איר בעל־הבית זאָל עס אָננעמען‪ ,‬און ער דאַרף ניט באַצאָלן‪ 11 .‬אױב‬
‫אָבער גנבֿען איז זי געגנבֿעט געװאָרן פֿון אים‪ ,‬מוז ער באַצאָלן איר‬
‫בעל־הבית‪ 12 .‬אױב פֿאַרצוקן איז זי פֿאַרצוקט געװאָרן‪ ,‬זאָל ער‬
‫ברענגען פֿון איר צום עדות; פֿאַר אַ פֿאַרצוקטער דאַרף ער ניט‬

                                                               ‫באַצאָלן‪.‬‬

‫‪ 13‬און אַז אַ מאַן װעט באָרגן אַ בהמה פֿון ז ַײן חבֿר‪ ,‬און זי װעט‬
‫געשעדיקט װערן‪ ,‬אָדער אַװעקפֿאַלן – איז איר בעל־הבית ניט מיט‬
‫איר‪ ,‬מוז ער צאָלן באַצאָלן‪ 14 .‬אױב איר בעל־הבית איז מיט איר‪,‬‬
‫דאַרף ער ניט באַצאָלן‪ .‬אױב זי איז אַ געדונגענע‪ ,‬גײט דאָס אַר ַײן אין‬

                                                               ‫איר לױן‪.‬‬

‫‪ 15‬און אַז אַ מאַן װעט פֿאַרפֿירן אַ יונגפֿרױ װאָס איז ניט פֿאַרקַנסט‪,‬‬
‫און װעט ליגן מיט איר‪ ,‬זאָל ער מיט נדן זי מאַכן פֿאַר ז ַײן װ ַײב‪16 .‬‬
‫אױב איר פֿאָטער װעט זי אים ניט װעלן געבן‪ ,‬זאָל ער באַצאָלן געלט‬

                                          ‫לױט דעם נדן פֿון יונגפֿרױען‪.‬‬

                                 ‫‪ 17‬אַ מכשפֿה זאָלסטו ניט לאָזן לעבן‪.‬‬

     ‫‪ 18‬איטלעכער װאָס ליגט מיט אַ בהמה זאָל טײטן געטײט װערן‪.‬‬

‫‪ 19‬דער װאָס שלאַכט צו געטער‪ ,‬אַחוץ צו יהוה אַלײן‪ ,‬זאָל װערן‬
                                                                   ‫חרם‪.‬‬

‫‪ 20‬און אַ פֿרעמדן זאָלסטו ניט קריװדען‪ ,‬און זאָלסט אים ניט דריקן‪,‬‬
                   ‫װאָרום פֿרעמדע ז ַײט איר געװען אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 21‬אַן אַלמנה און אַ יתום זאָלט איר ניט פּ ַײניקן‪ 22 .‬אױב פּ ַײניקן‬
‫װעסטו אים פּ ַײניקן‪ ,‬איז‪ ,‬װי נאָר ער װעט שר ַײען צו מיר‪ ,‬װעל איך‬
   47   48   49   50   51   52   53   54   55   56   57