Page 54 - Shmoyis
P. 54

‫שמות‬

‫‪ 5‬אַז דו װעסט זען ד ַײן שׂוֹנאס אײזל ליגן אונטער ז ַײן משׂא‪ ,‬זאָלסטו‬
‫זיך אָפּהאַלטן פֿון איבערלאָזן צו אים; אָפּבינדן זאָלסטו אָפּבינדן אין‬

                                                      ‫אײנעם מיט אים‪.‬‬

‫‪ 6‬זאָלסט ניט פֿאַרדרײען דאָס רעכט פֿון ד ַײן אבֿיון אין ז ַײן קריג‪7 .‬‬
‫פֿון אַ פֿאַלשן פּסק זאָלסטו זיך דערװ ַײטערן‪ ,‬און אַן אומשולדיקן און‬
‫גערעכטן זאָלסטו ניט הרגען; װאָרום איך װעל ניט לאָזן בל ַײבן‬
‫גערעכט דעם שולדיקן‪ 8 .‬און שוחד זאָלסטו ניט נעמען‪ ,‬װאָרום‬
‫שוֹחד מאַכט בלינד זעעדיקע‪ ,‬און פֿאַרדרײט די װערטער פֿון‬

                                                              ‫גערעכטע‪.‬‬

‫‪ 9‬און אַ פֿרעמדן זאָלסטו ניט דריקן‪ ,‬װאָרום איר װײסט דאָס געמיט‬
   ‫פֿון דעם פֿרעמדן‪ ,‬װ ַײל פֿרעמדע ז ַײט איר געװען אין לאַנד ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 10‬און זעקס יאָר זאָלסטו זײען ד ַײן לאַנד‪ ,‬און א ַײנזאַמלען איר‬
‫תּבֿואה; ‪ 11‬אָבער דאָס זיבעטע יאָר זאָלסטו עס פֿאַרלאָזן און עס‬
‫איבערלאָזן פֿר ַײ‪ ,‬כּדי די אבֿיוֹנים פֿון ד ַײן פֿאָלק זאָלן עסן; און װאָס‬
‫בל ַײבט פֿון זײ‪ ,‬זאָל עסן די חיה פֿון פֿעלד‪ .‬דעס גל ַײכן זאָלסטו טאָן‬

                       ‫מיט ד ַײן װ ַײנגאָרטן‪ ,‬מיט ד ַײן אײלבערטגאָרטן‪.‬‬

‫‪ 12‬זעקס טעג זאָלסטו טאָן ד ַײנע אַרבעט‪ ,‬און אױפֿן זיבעטן טאָג‬
‫זאָלסטו רוען‪ ,‬כּדי עס זאָל רוען ד ַײן אָקס און ד ַײן אײזל‪ ,‬און עס זאָל‬

              ‫אָפּעטעמען דער זון פֿון ד ַײן דינסט‪ ,‬און דער פֿרעמדער‪.‬‬

‫‪ 13‬און אין אַלץ‪ ,‬װאָס איך האָב א ַײך אָנגעזאָגט‪ ,‬זאָלט איר ז ַײן‬
‫אָפּגעהיט; און דעם נאָמען פֿון פֿרעמדע געטער זאָלט איר ניט‬

                 ‫דערמאָנען; עס זאָל פֿון ד ַײן מױל ניט געהערט װערן‪.‬‬

‫‪ 14‬דר ַײ מאָל אין יאָר זאָלסטו האַלטן אַ ָיום‪-‬טובֿ צו מיר‪ 15 .‬דעם‬
‫ָיום‪-‬טובֿ פֿון מצות זאָלסטו היטן‪ :‬זיבן טעג זאָלסטו עסן מצות‪ ,‬אַזױ‬
‫װי איך האָב דיר באַפֿױלן‪ ,‬צו דער געשטעלטער צ ַײט אין חוֹדש אָבֿיבֿ‬
‫װאָרום אין אים ביסטו אַרױסגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים; און מע זאָל זיך‬
‫ניט װ ַײזן פֿאַר מיר מיט לײדיקן; ‪ 16‬און דעם ָיום‪-‬טובֿ פֿון שניט‪ ,‬פֿון‬
‫די ערשטפֿרוכט פֿון ד ַײנע אַרבעט‪ ,‬פֿון װאָס דו װעסט פֿאַרזײען אין‬
‫פֿעלד; און דעם ָיום‪-‬טובֿ פֿון א ַײנזאַמלונג ב ַײם אױסלאָז פֿון יאָר‪ ,‬װען‬
‫דו זאַמלסט א ַײן ד ַײנע אַרבעט פֿון פֿעלד‪ 17 .‬דר ַײ מאָל אין יאָר זאָלן‬

           ‫אַלע ד ַײנע מאַנספּאַרשױנען זיך װ ַײזן פֿאַר דעם האַר‪ ,‬גאָט‪.‬‬
   49   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59