Page 59 - Shmoyis
P. 59
שמות
זאָלסט אים איבערציען מיט רײנעם גאָלד ,און מאַכן צו אים אַ
גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום 25 .און זאָלסט מאַכן צו אים אַ ל ַײסט
פֿון אַ האַנטברײט רונד אַרום ,און מאַכן אַ גילדערנעם קראַנץ צו ז ַײן
ל ַײסט רונד אַרום 26 .און זאָלסט מאַכן פֿאַר אים פֿיר גילדערנע
רינגען ,און אַרױפֿטאָן די רינגען אױף די פֿיר װינקלען װאָס אױף
ז ַײנע פֿיר פֿיס 27 .לעבן דעם ל ַײסט זאָלן ז ַײן די רינגען ,פֿאַר אױערן
פֿאַר די שטאַנגען צו טראָגן דעם טיש 28 .און זאָלסט מאַכן די
שטאַנגען פֿון ִשטים-האָלץ ,און זײ איבערציען מיט גאָלד; און דער
טיש זאָל געטראָגן װערן אױף זײ 29 .און זאָלסט מאַכן ז ַײנע שיסלען,
און ז ַײנע שאָלן ,און ז ַײנע קאַנען ,און ז ַײנע בעכערס ,װאָס מיט זײ
װערט געגאָסן; פֿון רײנעם גאָלד זאָלסטו זײ מאַכן 30 .און זאָלסט
אַרױפֿטאָן אױפֿן טיש דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט פֿאַר מיר תּמיד.
31און זאָלסט מאַכן אַ מנוֹרה פֿון רײנעם גאָלד; געהאַמערט זאָל די
מנוֹרה געמאַכט װערן ,איר פֿוסגעשטעל ,און איר שטאַם; אירע
בעכערלעך – אירע קנעףּ און אירע בלומען – זאָלן ז ַײן פֿון איר
גופֿא 32 .און זעקס רערן זאָלן אַרױסגײן פֿון אירע ז ַײטן ,דר ַײ רערן
פֿון דער מנוֹרה פֿון איר אײן ז ַײט ,און דר ַײ רערן פֿון דער מנוֹרה פֿון
איר צװײטער ז ַײט 33 .דר ַײ מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך פֿון אַ קנאָפּ
און אַ בלום אױף אײן רער ,און דר ַײ מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך פֿון
אַ קנאָפּ און אַ בלום אױפֿן אַנדער רער; אַזױ פֿאַר די זעקס רערן,
װאָס גײען אַרױס פֿון דער מנוֹרה 34 .און אױף דער מנוֹרה פֿיר
מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך – אירע קנעףּ און אירע בלומען .און אַ
קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר ,און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן
פֿון איר 35 ,און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר ,פֿאַר די זעקס
רערן װאָס גײען אַרױס פֿון דער מנוֹרה 36 .זײערע קנעףּ און זײערע
רערן זאָלן ז ַײן פֿון איר גופֿא ,אין גאַנצן אײן אױסהאַמערונג פֿון
רײנעם גאָלד 37 .און זאָלסט מאַכן צו איר זיבן רערלעך ,און מע זאָל
אָנצינדן אירע רערלעך ,און מאַכן ל ַײכטן צו איר פֿאָדערז ַײט צו38 .
און אירע צװענגלעך און אירע אַשפֿענדלעך זאָלן ז ַײן פֿון רײנעם
גאָלד 39 .פֿון צענטנער רײנעם גאָלד זאָל מען זי מאַכן מיט אַלע די
דאָזיקע כּלים 40 .און זע זאָלסט מאַכן לױט זײער געשטאַלט ,װאָס
דיר װערט געװיזן אױפֿן באַרג.