Page 56 - Shmoyis
P. 56
שמות
באַװױנער פֿון לאַנד ,און װעסט זײ פֿאַרטר ַײבן פֿון פֿאַר דיר32 .
זאָלסט ניט שליסן אַ בונד זײ און זײערע געטער 33 .זײ זאָלן ניט זיצן
אין ד ַײן לאַנד ,כּדי זײ זאָלן דיך ניט מאַכן זינדיקן צו מיר ,אַז דו
װעסט דינען זײערע געטער; װאָרום דאָס װעט דיר ז ַײן פֿאַר אַ
שטרױכלונג.
1און צו משהן האָט ער געזאָגט :גײ אַרױף צו גאָט ,דו ,און
אַהרןָ ,נ ָדבֿ ,און אַבֿיהוא ,און זיבעציק פֿון די עלטסטע פֿוןכד
ישׂראל ,און איר זאָלט זיך בוקן פֿון דער װ ַײטן 2 .און משה אַלײן זאָל
גענענען צו גאָט; אָבער זײ זאָלן ניט גענענען .און דאָס פֿאָלק זאָל
ניט אַרױפֿגײן מיט אים.
3איז משה געקומען ,און האָט דערצײלט דעם פֿאָלק אַלע װערטער
פֿון גאָט ,און אַלע געזעצן; און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענטפֿערט
מיט אײן ָקול ,און געזאָגט :אַלע װערטער װאָס גאָט האָט גערעדט
װעלן מיר טאָן.
4און משה האָט פֿאַרשריבן אַלע װערטער פֿון גאָט ,און ער האָט זיך
געפֿעדערט אין דער פֿרי ,און האָט געבױט אַ מזבח אונטערן באַרג,
און צװעלף ז ַײלשטײנער אַקעגן די צװעלף שבֿטים פֿון ישׂראל 5 .און
ער האָט געשיקט די יונגע ל ַײט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,און זײ
האָבן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און געשלאַכט אָקסן פֿרידאָפּפֿער
צו גאָט 6 .און משה האָט גענומען העלפֿט פֿון דעם בלוט ,און
אַר ַײנגעטאָן אין בעקנס ,און העלפֿט פֿון דעם בלוט האָט ער
געשפּרענגט אױפֿן מזבח 7 .און ער האָט גענומען דאָס בוך פֿון בונד,
און געלײענט אין די אױערן פֿון פֿאָלק; און זײ האָבן געזאָגט :אַלץ
װאָס גאָט האָט גערעדט װעלן מיר טאָן און געהאָרכן 8 .און משה
האָט גענומען דאָס בלוט ,און האָט געשפּרענגט אױפֿן פֿאָלק ,און
האָט געזאָגט :אָט איז דאָס בלוט פֿון דעם בונד װאָס גאָט האָט
געשלאָסן מיט א ַײך אױף אַלע די דאָזיקע װערטער.
9און משה ,און אַהרןָ ,נ ָדבֿ ,און אַבֿיהוא ,און זיבעציק פֿון די
עלטסטע פֿון ישׂראל ,ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען; 10און זײ האָבן געזען
דעם גאָט פֿון ישׂראל; און אונטער ז ַײנע פֿיס איז געװען אַזױ װי אַ
פֿלאַסטערװערק פֿון סאַפּירשטײן ,און אַזױ װי דער הימל אַלײן אין