Page 60 - Shmoyis
P. 60

‫שמות‬

‫‪ 1‬און דעם ִמשכּן זאָלסטו מאַכן פֿון צען פֿאָרהאַנגען; פֿון‬

‫געדר ַײטן ל ַײנען‪ ,‬און בלאָער װאָל‪ ,‬און פּורפּל‪ ,‬אוןכו‬

‫װערמילרױט‪ ,‬מיט כּרובֿים קונציק אױסגעאַרבעט זאָלסטו זײ מאַכן‪.‬‬
‫‪ 2‬די לענג פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג אַכט און צװאַנציק אײלן‪ ,‬און די‬
‫ברײט פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר אַלע‬
‫פֿאָרהאַנגען‪ 3 .‬פֿינף פֿאָרהאַנגען זאָלן ז ַײן באַהעפֿט אײנער אָן‬
‫אַנדערן‪ ,‬און װידער פֿינף פֿאָרהאַנגען באַהעפֿט אײנער אָן אַנדערן‪4 .‬‬
‫און זאָלסט מאַכן שלײפֿן פֿון בלאָער װאָל אױף דעם זױם פֿון אײן‬
‫פֿאָרהאַנג ב ַײם עק פֿון אײן באַהעפֿטונג‪ ,‬און אַזױ זאָלסטו מאַכן אױף‬
‫דעם זױם פֿון דעם עקסטן פֿאָרהאַנג אין דער צװײטער באַהעפֿטונג‪.‬‬
‫‪ 5‬פֿופֿציק שלײפֿן זאָלסטו מאַכן אױף דעם אײן פֿאָרהאַנג‪ ,‬און‬
‫פֿופֿציק שלײפֿן זאָלסטו מאַכן אױף דעם ברעג פֿון דעם פֿאָרהאַנג‬
‫װאָס אין דער צװײטער באַהעפֿטונג; אײנער קעגן אַנדערן זאָלן די‬
‫שלײפֿן ז ַײן‪ 6 .‬און זאָלסט מאַכן פֿופֿציק גילדערנע האָקן‪ ,‬און‬
‫באַהעפֿטן די פֿאָרהאַנגען אײנעם צום אַנדערן מיט די האָקן‪ ,‬אַז דער‬
‫ִמשכּן זאָל ז ַײן אײנס‪ 7 .‬און זאָלסט מאַכן פֿאָרהאַנגען פֿון ציגנהאָר‬
‫פֿאַר אַ געצעלט איבערן ִמשכּן; עלף פֿאָרהאַנגען זאָלסטו זײ מאַכן‪8 .‬‬
‫די לענג פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג דר ַײסיק אײלן‪ ,‬און די ברײט פֿון‬
‫איטלעכן פֿאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר די עלף פֿאָרהאַנגען‪.‬‬
‫‪ 9‬און זאָלסט באַהעפֿטן פֿינף פֿאָרהאַנגען באַזונדער‪ ,‬און זעקס‬
‫פֿאָרהאַנגען באַזונדער; און דעם זעקסטן פֿאָרהאַנג זאָלסטו‬
‫צונױפֿטאָפּלען אױף דער פֿאָדערז ַײט פֿון געצעלט‪ 10 .‬און זאָלסט‬
‫מאַכן פֿופֿציק שלײפֿן אױף דעם זױם פֿון אײן פֿאָרהאַנג‪ ,‬דעם עקסטן‬
‫אין דער באַהעפֿטונג‪ ,‬און פֿופֿציק שלײפֿן אױף דעם זױם פֿון דעם‬
‫פֿאָרהאַנג אין דער צװײטער באַהעפֿטונג‪ 11 .‬און זאָלסט מאַכן‬
‫פֿופֿציק קופּערנע האָקן‪ ,‬און אַר ַײנטאָן די האָקן אין די שלײפֿן‪ ,‬און‬
‫באַהעפטן דאָס געצעלט‪ ,‬אַז עס זאָל ז ַײן אײנס‪ 12 .‬און דער‬
‫אַריבערהאַנג װאָס בל ַײבט פֿון די פֿאָרהאַנגען פֿון געצעלט‪ ,‬דער‬
‫איבעריקער האַלבער פֿאָרהאַנג‪ ,‬זאָל אַראָפּהענגען אױף דער‬
‫הינטערשטער ז ַײט פֿון ִמשכּן‪ 13 .‬און די אײל פֿון דער ז ַײט‪ ,‬און די‬
‫אײל פֿון דער אַנדער ז ַײט‪ ,‬װאָס בל ַײבט איבער פֿון דער לענג פֿון די‬
‫פֿאָרהאַנגען פֿון געצעלט‪ ,‬זאָל אַראָפּהענגען אױף די ז ַײטן פֿון ִמשכּן‪,‬‬

             ‫פֿון דער ז ַײט און פֿון דער אַנדער ז ַײט‪ ,‬אים צו פֿאַרדעקן‪.‬‬

‫‪ 14‬און זאָלסט מאַכן אַ צודעק פֿאַר דעם געצעלט פֿון רױט‪-‬‬
      ‫געפֿאַרבטע װידערפֿעלן‪ ,‬און אַ צודעק פֿון ַתּ ַחש‪-‬פֿעלן פֿון אױבן‪.‬‬
   55   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65