Page 55 - Shmoyis
P. 55

‫שמות‬

‫‪ 18‬זאָלסט ניט מקריבֿ ז ַײן מיט געז ַײערטן ברױט דאָס בלוט פֿון מ ַײן‬
‫שלאַכטאָפּפֿער; און דאָס אָפּפֿערפֿעטס פֿון מ ַײן ָיום‪-‬טובֿ זאָל ניט‬

                                      ‫איבערנעכטיקן ביז אין דער פֿרי‪.‬‬

‫‪ 19‬די ערשט פֿריצ ַײטיקע פֿון ד ַײן ערד זאָלסטו ברענגען אין הױז פֿון‬
                                                         ‫יהוה ד ַײן גאָט‪.‬‬

                  ‫זאָלסט ניט קאָכן אַ ציקעלע אין ז ַײן מוטערס מילך‪.‬‬

‫‪ 20‬זע‪ ,‬איך שיק דיר פֿאַרױס אַ מלאך‪ ,‬דיך צו היטן אױפֿן װעג‪ ,‬און‬
‫דיך צו ברענגען צו דעם אָרט װאָס איך האָב אָנגעברײט‪ 21 .‬היט דיך‬
‫פֿאַר אים‪ ,‬און הער צו ז ַײן ָקול; זאָלסט ניט װידערשפּעניקן אָן אים‪,‬‬
‫‪ 22‬װאָרום ער װעט ניט פֿאַרגעבן א ַײער פֿאַרברעך‪ ,‬װ ַײל מ ַײן נאָמען‬
‫איז אין אים‪ .‬אָבער אױב צוהערן װעסטו צוהערן צו ז ַײן ָקול‪ ,‬און‬
‫װעסט טאָן אַלץ װאָס איך רעד‪ ,‬װעל איך פֿ ַײנטן ד ַײנע פֿ ַײנט‪ ,‬און‬
‫דריקן ד ַײנע דריקער‪ 23 .‬װאָרום מ ַײן מלאך װעט גײן דיר פֿאַרױס‪ ,‬און‬
‫ער װעט דיך ברענגען צו דעם ֶאמוֹרי‪ ,‬און דעם ִחתּי‪ ,‬און דעם פּ ִרזי‪,‬‬
‫און דעם כַּנ ֲעני‪ ,‬דעם חוי‪ ,‬און דעם יבֿוסי; און איך װעל זײ‬
‫פֿאַרטיליקן‪ 24 .‬זאָלסט זיך ניט בוקן צו זײערע געטער‪ ,‬און זאָלסט זײ‬
‫ניט דינען‪ ,‬און זאָלסט ניט טאָן אַזױ װי זײערע מעשׂים; נ ַײערט‬
‫צעשטערן זאָלסטו זײ צעשטערן‪ ,‬און צעברעכן זאָסלטו צעברעכן‬
‫זײערע ז ַײלשטײנער‪ 25 .‬און איר זאָלט דינען יהוה א ַײער גאָט‪ ,‬און‬
‫ער װעט בענטשן ד ַײן ברױט און ד ַײן װאַסער; און איך װעל אָפּטאָן‬
‫קראַנקשאַפֿט פֿון צװישן דיר‪ 26 .‬עס װעט ניט ז ַײן אַ פֿאַרװאַרפֿערין‬
‫אָדער אַן עקרה אין ד ַײן לאַנד; די צאָל פֿון ד ַײנע טעג װעל איך‬
‫אױספֿילן‪ 27 .‬מ ַײן אימה װעל איך שיקן דיר פֿאַרױס‪ ,‬און װעל‬
‫פֿאַרטומלען אַל דאָס פֿאָלק װאָס דו װעסט קומען צװישן זײ‪ ,‬און איך‬
‫װעל קערן אַלע ד ַײנע פֿ ַײנט מיטן נאַקן צו דיר‪ 28 .‬און איך װעל שיקן‬
‫דיר פֿאַרױס די האָרנבין‪ ,‬און זי װעט פֿאַרטר ַײבן דעם חוי‪ ,‬דעם‬
‫כַּנ ֲעני‪ ,‬און דעם ִחתּי‪ ,‬פֿון פֿאַר דיר‪ 29 .‬איך װעל זײ ניט פֿאַרטר ַײבן‬
‫פֿון פֿאַר דיר אין אײן יאָר‪ ,‬טאָמער װעט דאָס לאַנד װערן אַ‬
‫װיסטעניש און עס װעט זיך מערן אױף דיר די חיה פֿון פֿעלד‪30 .‬‬
‫ביסלעכביסלעכװ ַײז װעל איך זײ פֿאַרטר ַײבן פֿון פֿאַר דיר‪ ,‬ביז װאַנען‬
‫דו װעסט זיך פֿרוכפּערן‪ ,‬און װעסט אַרבן דאָס לאַנד‪ 31 .‬און איך װעל‬
‫מאַכן ד ַײן געמאַרק פֿון ים‪-‬סוף און ביז דעם ים פֿון די פּ ִלשתּים‪ ,‬און‬
‫פֿון מדבר ביזן ט ַײך; װאָרום איך װעל געבן אין א ַײער האַנט די‬
   50   51   52   53   54   55   56   57   58   59   60