Page 57 - Shmoyis
P. 57
שמות
לױטערקײט 11 .און אױף די אַדלל ַײט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט
ער ניט אױסגעשטרעקט ז ַײן האַנט; און זײ האָבן געזען גאָט ,און
האָבן געגעסן און געטרונקען.
12און גאָט האָט געזאָגט צו משהן :קום אַרױף צו מיר אױפֿן באַרג,
און ז ַײ דאָרטן ,און איך װעל דיר געבן די שטײנערנע לוחות מיט דער
תּוֹרה און דעם געבאָט װאָס איך האָב אױפֿגעשריבן זײ צו לערנען.
13איז אױפֿגעשטאַנען משה ,און ז ַײן באַדינער יהוֹשו ַע ,און משה איז
אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג פֿון גאָט 14 .און צו די עלטסטע האָט ער
געזאָגט :האַרט דאָ אױף אונדז ,ביז װאַנען מיר װעלן זיך אומקערן צו
א ַײך .און אָט ז ַײנען אַהרן און חור מיט א ַײך; װער עס האָט אַ משפּט
זאָל גענענען צו זײ.
15און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג ,און דער װאָלקן האָט
צוגעדעקט דעם באַרג 16 .און די פּראַכט פֿון גאָט האָט גערוט אױפֿן
באַרג סיַני ,און דער װאָלקן האָט אים א ַײנגעדעקט זעקס טעג; און
אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער גערופֿן צו משהן פֿון װאָלקן.
17און דאָס אױסזען פֿון גאָטס פּראַכט איז געװען אַזױ װי אַ
פֿאַרצערעדיק פֿ ַײער אױפֿן שפּיץ באַרג ,פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער
פֿון ישׂראל 18 .און משה איז אַר ַײנגעגאַנגען אין מיטן װאָלקן ,און
איז אַרױף אױפֿן באַרג; און משה איז געװען אױפֿן באַרג פֿערציק טעג
און פֿערציק נעכט.
ְתּרו ָמה
1און גאָט האָט גערעדט צו משהן ,אַזױ צו זאָגן 2 :רעד צו
די קינדער פֿון ישׂראל ,זײ זאָלן נעמען פֿאַר מיר אַןכה
אָפּשײדונג; פֿון יעטװעדער מאַן װאָס ז ַײן האַרץ װעט אים באַװיליקן,
זאָלט איר נעמען מ ַײן אָפּשײדונג 3 .און דאָס איז די אָפּשײדונג װאָס
איר זאָלט נעמען פֿון זײ :גאָלד ,און זילבער ,און קופּער; 4און בלאָע
װאָל ,און פּורפּל ,און װערמילרױט ,און ל ַײנען ,און ציגנהאָר; 5און
רױטגעפֿאַרבטע װידערפֿעלן ,און ַתּ ַחשפֿעלן ,און ִשטים-האָלץ; 6אײל
פֿאַר דער ל ַײכטונג ,בשׂמים פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג ,און פֿאַר
דעם װ ַײרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; 7אָניקלשטײנער ,און