Page 62 - Shmoyis
P. 62

‫שמות‬

‫פֿון ָפּרוֹ ֶכת‪ ,‬דעם אָרון פֿון געזעץ; און דער ָפּרוֹ ֶכת װעט א ַײך אָפּשײדן‬
‫צװישן דעם הײליקטום און דעם ָקד ֵשי‪ָ -‬קדשים‪ 34 .‬און זאָלסט‬
‫אַרױפֿטאָן דעם דעק אױף דעם אָרון פֿון געזעץ‪ ,‬אין ָקד ֵשי‪ָ -‬קדשים‪35 .‬‬
‫און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם טיש דרױסן פֿון ָפּרוֹ ֶכת‪ ,‬און די מנוֹרה‬
‫אַקעגן דעם טיש‪ ,‬אין ָדרום‪-‬ז ַײט ִמשכּן; און דעם טיש זאָלסטו‬
‫שטעלן אין צפֿון‪-‬ז ַײט‪ 36 .‬און זאָלסט מאַכן אַ פֿאָרהאַנג צום א ַײנגאַנג‬
‫פֿון געצעלט‪ ,‬פֿון בלאָער װאָל‪ ,‬און פּורפּל‪ ,‬און װערמילרױט‪ ,‬און‬
‫געדר ַײטן ל ַײנען‪ ,‬געשטיקטע אַרבעט‪ 37 .‬און זאָלסט מאַכן צום‬
‫פֿאָרהאַנג פֿינף ז ַײלן פֿון ִשטים‪-‬האָלץ‪ ,‬און זײ איבערציען מיט גאָלד;‬
‫זײערע העקלעך פֿון גאָלד; און זאָלסט אױסגיסן פֿאַר זײ פֿינף‬

                                                      ‫קופּערנע שװעלן‪.‬‬

‫‪ 1‬און זאָלסט מאַכן דעם מזבח פֿון ִשטים‪-‬האָלץ‪ ,‬פֿינף אײלן די‬

‫לענג‪ ,‬און פֿינף אײלן די ברײט; פֿירעקעכדיק זאָל דער מזבחכז‬

‫ז ַײן‪ ,‬און דר ַײ אײלן ז ַײן הײך‪ 2 .‬און זאָלסט מאַכן ז ַײנע הערנער אױף‬
‫ז ַײנע פֿיר װינקלען; פֿון אים גופֿא זאָלן ז ַײן ז ַײנע הערנער; און‬
‫זאָלסט אים איבערציען מיט קופּער‪ 3 .‬און זאָלסט מאַכן ז ַײנע טעףּ‬
‫אױף אַװעקנעמען ז ַײנע אַש‪ ,‬און ז ַײנע שופֿלען‪ ,‬און ז ַײנע‬
‫שפּרענגבעקנס‪ ,‬און ז ַײנע גאָפּלען און ז ַײנע פֿ ַײערפֿאַנען; אַלע ז ַײנע‬
‫כּלים זאָלסטו מאַכן פֿון קופּער‪ 4 .‬און זאָלסט מאַכן צו אים אַ‬
‫קופּערנע זיףּ פֿון נעצאַרבעט‪ ,‬און זאָלסט מאַכן אױף דער נעץ פֿיר‬
‫קופּערנע רינגען אױף ז ַײנע פֿיר עקן‪ 5 .‬און זאָלסט זי אַרױפֿטאָן‬
‫אונטער דעם געזימס פֿון מזבח‪ ,‬פֿון אונטן‪ ,‬און די נעץ זאָל ז ַײן ביז‬
‫דער העלפֿט פֿון מזבח‪ 6 .‬און זאָלסט מאַכן שטאַנגען צום מזבח‪,‬‬
‫שטאַנגען פֿון ִשטים‪-‬האָלץ‪ ,‬און זײ איבערציען מיט קופּער‪ 7 .‬און‬
‫ז ַײנע שטאַנגען זאָלן אַר ַײנגעצױגן װערן אין די רינגען‪ ,‬און די‬
‫שטאַנגען זאָלן ז ַײן אױף בײדע ז ַײטן פֿון מזבח װען מע טראָגט אים‪.‬‬
‫‪ 8‬הױל אינעװײניק‪ ,‬פֿון ברעטער‪ ,‬זאָלסטו אים מאַכן; אַזױ װי מע‬

                    ‫האָט דיר געװיזן אױפֿן באַרג‪ ,‬אַזױ זאָל מען מאַכן‪.‬‬

‫‪ 9‬און זאָלסט מאַכן דעם הױף פֿון ִמשכּן‪ :‬פֿאַר דער ָדרום‪-‬ז ַײט צו‬
‫ָדרום‪ ,‬אַרומהאַנגען פֿאַרן הױף פֿון געדר ַײטן ל ַײנען‪ ,‬הונדערט אײלן‬
‫די לענג פֿאַר דער אײן ז ַײט‪ 10 .‬און די ז ַײלן דערצו צװאַנציק‪ ,‬און‬
‫זײערע שװעלן צװאַנציק‪ ,‬פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די ז ַײלן‪ ,‬און‬
   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66   67