Page 66 - Shmoyis
P. 66

‫שמות‬

‫פּורפּל‪ ,‬און װערמילרױט‪ ,‬אױף ז ַײנע ברעגן רונד אַרום‪ ,‬און גילדערנע‬
‫גלעקלעך צװישן זײ רונד אַרום; ‪ 34‬אַ גילדערן גלעקל און אַ‬
‫מילגרױם‪ ,‬אַ גילערן גלעקל און אַ מילגרױם‪ ,‬אױף די ברעגן פֿון דעם‬
‫מאַנטל רונד אַרום‪ 35 .‬און עס זאָל ז ַײן אױף אַהרֹנען ב ַײם דינען‪ ,‬און‬
‫דער ָקול דערפֿון זאָל זיך הערן װען ער קומט אַר ַײן אין הײליקטום‬

         ‫פֿאַר גאָט‪ ,‬און װען ער גײט אַרױס‪ ,‬כּדי ער זאָל ניט שטאַרבן‪.‬‬

‫‪ 36‬און זאָלסט מאַכן אַ שטערנבלעך פֿון רײנעם גאָלד‪ ,‬און אױסקריצן‬
‫אױף אים װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל ”הײליק צו גאָט“‪ 37 .‬און‬
‫זאָלסט עס אַרױפֿטאָן אױף אַ שנור פֿון בלאָער װאָל‪ ,‬און עס זאָל ז ַײן‬
‫אױף דער הױב; אױף דער פֿאָדערז ַײט פֿון דער הױב זאָל עס ז ַײן‪38 .‬‬
‫און עס זאָל ז ַײן אױף אַהרנס שטערן‪ ,‬און אַהרן זאָל נעמען אױף זיך‬
‫די זינד אַקעגן די הײליקע זאַכן‪ ,‬װאָס די קינדער פֿון ישׂראל הײליקן‪,‬‬
‫ב ַײ אַלע זײערע הײליקע גאָבן; און עס זאָל ז ַײן אױף ז ַײן שטערן‬

                       ‫תּמיד‪ ,‬כּדי זײ זאָלן באַװיליקט װערן פֿאַר גאָט‪.‬‬

‫‪ 39‬און זאָלסט מאַכן דאָס העמדל געקעסטלט‪ ,‬פֿון ל ַײנען; און‬
‫זאָלסט מאַכן אַ הױב פֿון ל ַײענן; און אַ גאַרטל זאָלסטו מאַכן‪,‬‬
‫געשטיקטע אַרבעט‪ 40 .‬און אַהרנס זין זאָלסטו מאַכן העמדלעך; און‬
‫זאָלסט זײ מאַכן גאַרטלען; און היטלען זאָלסטו זײ מאַכן פֿאַר אַ‬
‫כּבוד און פֿאַר אַ שײנקײט‪ 41 .‬און זאָלסט זײ אָנטאָן ד ַײן ברודער‬
‫אַהרֹנען און ז ַײנע זין מיט אים; און זאָלסט זײ זאַלבן‪ ,‬און דערפֿילן‬
‫זײער האַנט‪ ,‬און זײ הײליקן‪ ,‬אַז זײ זאָלן ז ַײן כֹּהנים צו מיר‪ 42 .‬און‬
‫מאַך זײ ל ַײנענע הױזן צו פֿאַרדעקן דאָס שאַנדפֿלײש; פֿון די לענדן‬
‫און ביז די דיכן זאָלן זײ ז ַײן‪ 43 .‬און זײ זאָלן ז ַײן אױף אַהרֹנען און‬
‫ז ַײנע זין‪ ,‬װען זײ קומען אין אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬אָדער װען זײ גענענען צום‬
‫מזבח‪ ,‬צו דינען אין הײליקטום; כּדי זײ זאָלן ניט טראָגן אַ זינד און‬

  ‫שטאַרבן; אַן אײביק געזעץ פֿאַר אים און פֿאַר ז ַײן זאָמען נאָך אים‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס איז די זאַך װאָס דו זאָלסט טאָן צו זײ‪ ,‬זײ צו‬

‫הײליקן צו ז ַײן כֹּהנים צו מיר‪ :‬נעם אײן יונגן אָקס און צװײכט‬

‫װידערס אָן אַ פֿעלער‪ 2 .‬און אומגעז ַײערט ברױט‪ ,‬און אומגעז ַײערטע‬
‫חלות פֿאַרמישט מיט אײל‪ ,‬און אומגעז ַײערטע קוכנס באַשמירט מיט‬
‫אײל; פֿון װײצענעם זעמלמעל זאָלסטו זײ מאַכן‪ 3 .‬און זאָלסט זײ‬
   61   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71