Page 71 - Shmoyis
P. 71

‫שמות‬

‫אַ האַלבן ֶשקל‪ ,‬אױפֿן הײליקן ֶשקל – צװאַנציק ֵג ָרה אַ ֶשקל – אַ‬
‫האַלבן ֶשקל אַן אָפּשײדונג צו גאָט‪ 14 .‬איטלעכער װאָס גײט אַר ַײן‬
‫אין דער צײלונג‪ ,‬פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער‪ ,‬זאָל געבן די‬
‫אָפּשײדונג פֿון גאָט‪ 15 .‬דער רײכער זאָל ניט מערן‪ ,‬און דער אָרימער‬
‫זאָל ניט מינערן פֿון אַ האַלבן ֶשקל‪ ,‬ב ַײם געבן די אָפּשײדונג פֿון‬
‫גאָט‪ ,‬כּדי מכפּר צו ז ַײן אױף א ַײערע נפֿשות‪ 16 .‬און זאָלסט נעמען‬
‫דאָס געלט פֿון פֿאַרגעבונג‪ ,‬פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און זאָלסט עס‬
‫געבן פֿאַר דער אַרבעט פֿון אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬און עס זאָל ז ַײן די קינדער‬
‫פֿון ישׂראל פֿאַר אַ דערמאָנונג פֿאַר גאָט‪ ,‬מכפּר צו ז ַײן אױף א ַײערע‬

                                                                 ‫נפֿשות‪.‬‬

‫‪ 17‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 18 :‬זאָלסט אױך‬
‫מאַכן אַ האַנטפֿאַס פֿון קופּער‪ ,‬מיט ז ַײן געשטעל פֿון קופּער‪ ,‬זיך צו‬
‫װאַשן; און זאָלסט אים אַװעקשטעלן צװישן אוֹהל‪-‬מוֹעד און צװישן‬
‫מזבח‪ ,‬און אַר ַײנטאָן אַהין װאַסער‪ 19 .‬און אַהרן און ז ַײנע זין זאָלן‬
‫װאַשן פֿון אים זײערע הענט און זײערע פֿיס‪ 20 .‬װען זײ קומען אין‬
‫אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬זאָלן זײ זיך װאַשן מיט װאַסער‪ ,‬כּדי זײ זאָלן ניט‬
‫שטאַרבן; אָדער װען זײ גענענען צום מזבח צו דינען‪ ,‬צו דעמפֿן אַ‬
‫פֿ ַײעראָפּפֿער צו גאָט‪ 21 .‬און זײ זאָלן װאַשן זײערע הענט און זײערע‬
‫פֿיס‪ ,‬כּדי זײ זאָלן ניט שטאַרבן; און עס זאָל זײ ז ַײן אַן אײביק געזעץ‪,‬‬

                                  ‫אים און ז ַײן זאָמען אױף דוֹר‪-‬דוֹרות‪.‬‬

‫‪ 22‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 23 :‬דו נעם דיר‬
‫אױך הױפּטגעװירצן‪ ,‬פֿליסיקע מירע פֿינף הונדערט ] ֶשקל[ ‪ ,‬און‬
‫געװירציקן צימערינג אַ העלפֿט דערפֿון‪ ,‬צװײ הונדערט און פֿופֿציק‪,‬‬
‫און געװירצראָר צװײ הונדערט און פֿופֿציק‪ 24 ,‬און קאַנײל פֿינף‬
‫הונדערט‪ ,‬אױפֿן הײליקן ֶשקל‪ ,‬און בױמל אַ הין‪ 25 .‬און זאָלסט מאַכן‬
‫דערפֿון אַן אײל פֿון הײליקער זאַלבונג‪ ,‬אַ בשׂמים צובאַרײט אַזױ װי‬
‫דער בשׂמים‪-‬מישער מאַכט; אַן אײל פֿון הײליקער זאַלבונג זאָל עס‬
‫ז ַײן‪ 26 .‬און זאָלסט זאַלבן דערמיט דעם אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ ,‬און דעם אָרון‬
‫פֿון געזעץ‪ 27 ,‬און דעם טיש און אַלע ז ַײנע כּלים‪ ,‬און די מנוֹרה און‬
‫אירע כּלים‪ ,‬און דעם מזבח פֿאַר װ ַײרױך‪ 28 ,‬און דעם מזבח פֿאַר‬
‫בראַנדאָפּפֿער און אַלע ז ַײנע כּלים‪ ,‬און דעם האַנטפֿאַס און ז ַײן‬
‫געשטעל‪ 29 .‬און זאָלסט זײ הײליקן‪ ,‬זײ זאָלן ז ַײן אַ הײליקסטע‬
‫הײליקײט; אַלץ װאָס רירט זיך אָן זײ אָן זאָל װערן הײליק‪ 30 .‬און‬
‫אַהרֹנען און ז ַײנע זין זאָלסטו זאַלבן און זײ הײליקן צו ז ַײן כֹּהנים צו‬
   66   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76