Page 74 - Shmoyis
P. 74
שמות
2האָט אַהרן צו זײ געזאָגט :נעמט אַראָפּ די גילדערנע אױרינגען
װאָס אין די אױערן פֿון א ַײערע װ ַײבער ,א ַײערע זין ,און א ַײערע
טעכטער ,און ברענגט צו מיר.
3האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק אַראָפּגענומען פֿון זיך די גילדערנע
אױרינגען װאָס אין זײערע אױערן 4 ,און געבראַכט צו אַהרֹנען .און
ער האָט צוגענומען פֿון זײער האַנט ,און האָט עס אױסגעפֿורעמט
אין אַ פֿורעם ,און האָט דערפֿון געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב; און זײ
האָבן געזאָגט :דאָס איז ד ַײן גאָט ,ישׂראל ,װאָס האָט דיך
אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים.
5און װי אַהרן האָט דאָס געזען ,אַזױ האָט ער געבױט פֿאַר אים אַ
מזבח ,און אַהרן האָט אױסגערופֿן און געזאָגט :אַ ָיום-טובֿ צו יהוה
איז מאָרגן 6 .און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אױף מאָרגן ,און האָבן
אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער ,און גענענט פֿרידאָפּפֿער; און דאָס
פֿאָלק האָט זיך געזעצט עסן און טרינקען ,און זײ ז ַײנען
אױפֿגעשטאַנען זיך לוסטיק צו מאַכן.
7האָט גאָט גערעדט צו משהן :גײ נידער אַראָפּ ,װאָרום פֿאַרדאָרבן
געװאָרן איז ד ַײן פֿאָלק ,װאָס דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד
ִמצ ַר ִים; 8זײ האָבן זיך גיך אָפּגעקערט פֿון דעם װעג װאָס איך האָב
זײ באַפֿױלן; זײ האָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב ,און האָבן זיך
געבוקט צו אים ,און געשלאַכט צו אים ,און געזאָגט :דאָס איז ד ַײן
גאָט ,ישׂראל ,װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים 9 .און
גאָט האָט געזאָגט צו משהן :איך האָב געזען דאָסדאָזיקע פֿאָלק,
ערשט עס איז אַ האַרטנעקיק פֿאָלק; 10און אַצונד לאָז מיך ,און מ ַײן
צאָרן װעט גרימען אױף זײ ,און איך װעל זײ פֿאַרלענדן ,און װעל דיך
מאַכן פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק.
11האָט משה געבעטן פֿאַר יהוה ז ַײן גאָט ,און ער האָט געזאָגט:
פֿאַר װאָס ,גאָט ,זאָל גרימען ד ַײן צאָרן אױף ד ַײן פֿאָלק ,װאָס דו
האָסט אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מצ ַר ִים מיט גרױס כּוֹח און מיט אַ
שטאַרקער האַנט? 12פֿאַר װאָס זאָלן זאָגן די ִמצרים ,אַזױ צו זאָגן:
צום בײזן האָט ער זײ אַרױסגעצױגן ,כּדי זײ צו הרגען אין די בערג,
און זײ צו פֿאַרלענדן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד? קער זיך אָפּ פֿון
ד ַײן גרימצאָרן ,און האָב חרטה אױף דעם בײז צו ד ַײן פֿאָלק13 .