Page 77 - Shmoyis
P. 77

‫שמות‬

‫‪ 35‬און גאָט האָט געפּלאָגט דאָס פֿאָלק פֿאַר װאָס זײ האָבן געמאַכט‬
                                ‫דאָס קאַלב‪ ,‬װאָס אַהרן האָט געמאַכט‪.‬‬

‫‪ 1‬און גאָט האָט גערעדט צו משהן‪ :‬קום‪ ,‬גײ אַרױף פֿון דאַנען‪,‬‬

‫דו און דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנדלג‬

‫ִמצ ַר ִים‪ ,‬צו דעם לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן צו אַברהמען‪ ,‬צו‬
‫יצחקן‪ ,‬און צו יעקבֿן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬צו ד ַײן זאָמען װעל איך עס געבן‬
‫– ‪ 2‬און איך װעל שיקן דיר פֿאַרױס אַ מלאך‪ ,‬און װעל פֿאַרטר ַײבן‬
‫דעם כַּנ ֲעני‪ ,‬דעם ֶאמוֹרי‪ ,‬און דעם ִחתּי‪ ,‬און דעם פּ ִרזי‪ ,‬דעם חוי‪ ,‬און‬
‫דעם יבֿוסי – ‪ 3‬צו אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק –‬
‫װאָרום איך װעל ניט אַרױפֿגײן צװישן דיר‪ ,‬װ ַײל אַ האַרטנעקיק‬

                ‫פֿאָלק ביסטו; איך קען דיך נאָך פֿאַרלענדן אױפֿן װעג‪.‬‬

‫‪ 4‬האָט דאָס פֿאָלק געהערט דעם דאָזיקן שלעכטן אָנזאָג‪ ,‬און זײ‬
‫האָבן געטרױערט‪ ,‬און האָבן קײנער ניט אָנגעטאָן ז ַײן צירונג אױף‬

                                                                     ‫זיך‪.‬‬

‫‪ 5‬און גאָט האָט געזאָגט צו משהן‪ :‬זאָג צו די קינדער פֿון ישׂראל‪:‬‬
‫איר ז ַײט אַ האַרטנעקיק פֿאָלק; אײן רגע װען איך זאָל אַרױפֿגײן‬
‫צװישן דיר‪ ,‬װעל איך דיך פֿאַרלענדן‪ .‬און אַצונד נעם אַראָפּ ד ַײן‬
‫צירונג פֿון זיך‪ ,‬און איך װעל באַטראַכטן‪ ,‬װאָס איך זאָל טאָן צו דיר‪.‬‬
‫‪ 6‬האָבן די קינדער פֿון ישׂראל זיך אױסגעטאָן זײער צירונג פֿון באַרג‬

                                                               ‫חוֹ ֵרב אָן‪.‬‬

‫‪ 7‬און משה פֿלעגט נעמען דאָס געצעלט‪ ,‬און פֿלעגט עס זיך‬
‫אױפֿשטעלן אױסן לאַגער‪ ,‬װ ַײט פֿון לאַגער‪ ,‬און פֿלעגט עס רופֿן‬
‫אוֹהל‪-‬מוֹעד‪ .‬און עס איז געװען‪ ,‬איטלעכער װאָס האָט געזוכט גאָט‪,‬‬
‫פֿלעגט אַרױסגײן צום אוֹהל‪-‬מוֹעד װאָס אױסן לאַגער‪ 8 .‬און עס איז‬
‫געװען‪ ,‬װי משה איז אַרױסגעגאַנגען צום געצעלט‪ ,‬אַזױ פֿלעגט דאָס‬
‫גאַנצע פֿאָלק זיך אױפֿשטעלן‪ ,‬און שטײן איטלעכער אין א ַײנגאַנג פֿון‬
‫ז ַײן געצעלט‪ ,‬און נאָכקוקן משהן‪ ,‬ביז ער גײט אַר ַײן אין געצעלט‪9 .‬‬
‫און עס איז געװען‪ ,‬װי משה איז אַר ַײנגעגאַנגען אין געצעלט‪ ,‬פֿלעגט‬
‫אַראָפּנידערן דער װאָלקנז ַײל‪ ,‬און שטײן ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון געצעלט‪,‬‬
‫און גאָט פֿלעגט רעדן מיט משהן‪ 10 .‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿלעגט‬
‫זען דעם װאָלקנז ַײל שטײן ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון געצעלט‪ ,‬און דאָס‬
   72   73   74   75   76   77   78   79   80   81   82