Page 78 - Shmoyis
P. 78
שמות
גאַנצע פֿאָלק פֿלעגט אױפֿשטײן ,און זיך בוקן איטלעכער ב ַײם
א ַײנגאַנג פֿון ז ַײן געצעלט.
11און גאָט פֿלעגט רעדן צו משהן פּנים ֶאל פּנים ,אַזױ װי אַ מענטש
רעדט צו ז ַײן חבֿר .און ער פֿלעגט זיך אומקערן אין לאַגער ,אָבער ז ַײן
באַדינער יהוֹשו ַע דער זון פֿון נון ,אַ יונגער מאַן ,פֿלעגט ניט
אָפּטרעטן פֿון געצעלט.
12און משה האָט געזאָגט צו גאָט :זע ,דו זאָגסט צו מיר :ברענג
אױף דאָסדאָזיקע פֿאָלק ,אָבער דו האָסט מיך ניט געלאָזט װיסן,
װעמען דו װעסט שיקן מיט מיר .דו האָסט דאָך געזאָגט :איך האָב
דיך דערקענט מיטן נאָמען ,און האָסט אױך געפֿונען ל ַײטזעליקײט
אין מ ַײנע אױגן 13 .און אַצונד ,אױב ,איך בעט דיך ,איך האָב געפֿונען
ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע אױגן ,לאָז מיך װיסן ,איך בעט דיך ,ד ַײנע
װעגן ,אַז איך זאָל דיך קענען ,כּדי איך זאָל געפֿינען ל ַײטזעליקײט אין
ד ַײנע אױגן; און זע אַז דאָסדאָזיקע פֿאָלק איז דאָך ד ַײן פֿאָלק.
14האָט ער געזאָגט :מ ַײן פּנים װעט מיטגײן ,און איך װעל דיך
באַרוען.
15האָט ער צו אים געזאָגט :אױב ד ַײן פּנים גײט ניט מיט אונדז,
זאָלסטו אונדז ניט אױפֿברענגען פֿון דאַנען 16 .װאָרום מיט װאָס דען
זאָל דערקענט װערן ,אַז איך האָב געפֿונען ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע
אױגן ,איך און ד ַײן פֿאָלק ,אױב ניט דורך ד ַײן גײן מיט אונדז ,אַז מיר
זאָלן ז ַײן אױסגעצײכנט ,איך און ד ַײן פֿאָלק ,פֿון אַלעם פֿאָלק װאָס
אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד?
17האָט גאָט געזאָגט צו משהן :אױך די דאָזיקע זאַך װאָס דו האָסט
געזאָגט ,װעל איך טאָן ,װ ַײל דו האָסט געפֿונען ל ַײטזעליקײט אין
מ ַײנע אױגן ,און איך האָב דיך דערקענט מיטן נאָמען.
18האָט ער געזאָגט :לאָז מיך זען ד ַײן פּראַכט ,איך בעט דיך.
19האָט ער געזאָגט :איך װעל מאַכן פֿאַרב ַײגײן אַל מ ַײן גוטסקײט
פֿאַר ד ַײן פּנים ,און איך װעל אױסרופֿן פֿאַר דיר דעם נאָמען יהוה;
און איך װעל ל ַײטזעליקן װעמען איך װעל ל ַײטזעליקן ,און װעל
דערבאַרימען װעמען איך װעל דערבאַרימען 20 .און ער האָט