Page 83 - Shmoyis
P. 83
שמות
צװישן א ַײך זאָלן קומען און מאַכן אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן11 :
דעם ִמשכּן ,ז ַײן געצעלט ,און ז ַײן צודעק ,ז ַײנע האָקן ,און ז ַײנע
ברעטער ,ז ַײנע ריגלען ,ז ַײנע ז ַײלן ,און ז ַײנע שװעלן; 12דעם אָרון
און ז ַײנע שטאַנגען ,דעם דעק און דעם ָפּרוֹ ֶכת פֿון צװישנשײד; 13
דעם טיש און ז ַײנע שטאַנגען ,און אַלע ז ַײנע כּלים ,און דאָס ברױט
פֿון אָנגעזיכט; 14און די מנוֹרה פֿאַר ל ַײכטונג ,און אירע כּלים ,און
אירע רערלעך ,און דאָס אײל פֿאַר ל ַײכטונג; 15און דעם מזבח פֿאַר
װ ַײרױך און ז ַײנע שטאַנגען ,און דאָס אײל פֿון זאַלבונג ,און דעם
װ ַײרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן; און דעם טירפֿאָרהאַנג צום
א ַײנגאַנג פֿון ִמשכּן; 16דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער און די
קופּערנע זיףּ װאָס צו אים ,ז ַײנע שטאַנגען ,און אַלע ז ַײנע כּלים;
דעם האַנטפֿאַס און ז ַײן געשטעל; 17די אַרומהאַנגען פֿון הױף ,ז ַײנע
ז ַײלן ,און ז ַײנע שװעלן ,און דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף; 18די
פֿלעקלעך פֿון ִמשכּן ,און די פֿלעקלעך פֿון הױף ,און זײערע שטריק;
19די געשטריקטע קלײדער אױף צו דינען אין הײליקטום ,די
הײליקע קלײדער פֿאַר אַהרן דעם כֹּהן ,און די קלײדער פֿון ז ַײנע זין,
אױף צו טאָן די כּהונה.
20און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז אַרױסגעגאַנגען
פֿון פֿאַר משהן 21 .און זײ ז ַײנען געקומען ,איטלעכער אײנער װאָס
ז ַײן האַרץ האָט אים געטריבן ,און איטלעכער װאָס ז ַײן ג ַײסט האָט
אים באַװיליקט; זײ האָבן געבראַכט די אָפּשײדונג פֿון גאָט ,פֿאַר דער
אַרבעט פֿון אוֹהל-מוֹעד ,און פֿאַר ז ַײן גאַנצן דינסט ,און פֿאַר די
הײליקע קלײדער 22 .און עס ז ַײנען געקומען מענער מיט װ ַײבער,
איטלעכער װאָס ז ַײן האַרץ איז געװען װיליק; זײ האָבן געבראַכט
נאָזרינגען ,און אױרינגען ,און פֿינגערלעך ,און האַלדזבענדער –
אַלערלײ גילדערנע זאַכן; איטלעכער אײנער װאָס האָט אױפֿגעהױבן
אַן אױפֿהײבונג פֿון גאָלד צו גאָט 23 .און איטלעכער אײנער װאָס ב ַײ
אים האָט זיך געפֿונען בלאָע װאָל ,און פּורפּל ,און װערמילרױט ,און
ל ַײנען ,און ציגנהאָר ,און רױטגעפֿאַרבטע װידערפֿעלן ,און ַתּ ַחש-
פֿעלן ,האָט געבראַכט 24 .איטלעכער װאָס האָט אָפּגעשײדט אַן
אָפּשײדונג פֿון זילבער און קופּער ,האָט געבראַכט די אָפּשײדונג פֿון
גאָט; און איטלעכער װאָס ב ַײ אים האָט זיך געפֿונען ִשטים-האָלץ
פֿאַר אַלערלײ מלאָכות פֿון דער אַרבעט ,האָט געבראַכט 25 .און אַלע
קלוגהאַרציקע װ ַײבער האָבן מיט זײערע הענט געשפּונען ,און האָבן
געבראַכט דאָס געשפּינס ,די בלאָע װאָל ,און דעם פּורפּל ,דאָס