Page 82 - Shmoyis
P. 82
שמות
פֿון ז ַײן פּנים שטראַלט ,און זײ האָבן מוֹרא געהאַט צו גענענען צו
אים 31 .האָט זײ משה צוגערופֿן ,און אַהרן ,און אַלע פֿירשטן פֿון
דער עדה האָבן זיך אומגעקערט צו אים ,און משה האָט צו זײ
גערעדט 32 .און דערנאָך האָבן גענענט אַלע קינדער פֿון ישׂראל ,און
ער האָט זײ באַפֿױלן אַלץ װאָס גאָט האָט מיט אים גערעדט אױפֿן
באַרג סיַני.
33און װי משה האָט געענדיקט רעדן מיט זײ ,האָט ער אָנגעטאָן
אױף ז ַײן פּנים אַ צודעק 34 .און אַז משה איז געקומען פֿאַר גאָט צו
רעדן מיט אים ,פֿלעגט ער אָפּטאָן דעם צודעק ביז ז ַײן אַרױסגײן; און
ער פֿלעגט אַרױסגײן און רעדן צו די קינדער פֿון ישׂראל דאָס װאָס
ער איז באַפֿױלן געװאָרן 35 .און די קינדער פֿון ישׂראל פֿלעגן זען
דעם פּנים פֿון משהן ,אַז די הױט פֿון משהס פּנים שטראַלט; און
משה פֿלעגט װידער אָנטאָן דעם צודעק אױף ז ַײן פּנים ,ביז ער איז
אַר ַײנגעגאַנגען צו רעדן מיט אים.
ַוַי ְק ֵהל
1און משה האָט א ַײנגעזאַמלט די גאַנצע עדה פֿון די קינדער
פֿון ישׂראל ,און האָט צו זײ געזאָגט :דאָס ז ַײנען די װערטערלה
װאָס גאָט האָט באַפֿױלן זײ צו טאָן 2 :זעקס טעג זאָל געטאָן װערן
אַרבעט ,אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל א ַײך ז ַײן הײליק ,אַ שבת פֿון
רוּונג צו גאָט; איטלעכער װאָס טוט אין אים אַן אַרבעט ,זאָל געטײט
װערן 3 .איר זאָלט ניט אָנצינדן קײן פֿ ַײער אין אַלע א ַײערע
װױנערטער אין טאָג פֿון שבת.
4און משה האָט געזאָגט צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון
ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן :דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן ,אַזױ
צו זאָגן 5 :נעמט א ַײך אַן אָפּשײדונג צו גאָט ,איטלעכער װאָס ז ַײן
האַרץ איז װיליק זאָל זי ברענגען ,די אָפּשײדונג פֿון גאָט ,גאָלד ,און
זילבער ,און קופּער; 6און בלאָע װאָל ,און פּורפּל ,און װערמילרױט,
און ל ַײנען און ציגנהאָר; 7און רױטגעפֿאַרבטע װידערפֿעלן ,און
ַתּ ַחש-פֿעלן ,און ִשטים-האָלץ; 8און אײל פֿאַר דער ל ַײכטונג ,און
בשׂמים פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג ,און פֿאַר דעם װ ַײרױך פֿון
שמעקעדיקע געװירצן; 9און אָניקלשטײנער ,און שטײנער צום
א ַײנפֿאַסן ,פֿאַרן ֵאפֿוֹד און פֿאַרן חושן 10 .און אַלע קלוגהאַרציקע