Page 87 - Shmoyis
P. 87
שמות
מיטלסטן ריגל דורכצוריגלען אין מיטן פֿון די ברעטער פֿון עק צו
עק 34 .און די ברעטער האָט מען איבערגעצױגן מיט גאָלד ,און מע
האָט געמאַכט צו זײ רינגען פֿון גאָלד ,אױערן פֿאַר די ריגלען; און מע
האָט איבערגעצױגן די ריגלען מיט גאָלד.
35און מע האָט געמאַכט דעם ָפּרוֹ ֶכת פֿון בלאָער װאָל ,און פּורפּל,
און װערמילרױט ,און געדר ַײטן ל ַײנען; קונציק אױסגעאַרבעט האָט
מען אים געמאַכט ,מיט כּרובֿים 36 .און מע האָט געמאַכט צו אים
פֿיר ז ַײלן פֿון ִשטים-האָלץ ,און זײ איבערגעצױגן מיט גאָלד ,מיט
זײערע העקלעך פֿון גאָלד; און מע האָט אױסגעגאָסן צו זײ פֿיר
זילבערנע שװעלן.
37און מע האָט געמאַכט אַ פֿאָרהאַנג פֿאַר דעם א ַײנגאַנג פֿון
געצעלט ,פֿון בלאָער װאָל ,און פּורפּל ,און װערמילרױט ,און
געדר ַײטן ל ַײנען ,געשטיקטע אַרבעט; 38און פֿינף ז ַײלן צו אים ,מיט
זײערע העקלעך; און מע האָט איבערגעצױגן זײערע קעףּ און זײערע
רײפֿבענדער מיט גאָלד .און זײערע פֿינף שװעלן ז ַײנען געװען קופּער.
1און ב ַצל ֵאל האָט געמאַכט דעם אָרון פֿון ִשטים-האָלץ ,צװײ
אײלן און אַ האַלב ז ַײן לענג ,און אַן אײל און אַ האַלב ז ַײןלז
ברײט ,און אַן אײל און אַ האַלב ז ַײן הײך 2 .און ער האָט אים
איבערגעצױגן מיט רײנעם גאָלד פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק,
און געמאַכט צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום 3 .און ער
האָט אױסגעגאָסן צו אים פֿיר גילדערנע רינגען פֿאַר ז ַײנע פֿיר פֿיס;
צװײ רינגען אױף ז ַײן אײן ז ַײט ,און צװײ רינגען אױף ז ַײן צװײטער
ז ַײט 4 .און ער האָט געמאַכט שטאַנגען פֿון ִשטים-האָלץ ,און זײ
איבערגעצױגן מיט גאָלד 5 .און ער האָט אַר ַײנגעצױגן די שטאַנגען
אין די רינגען אױף די ז ַײטן פֿון אָרון ,צו טראָגן דעם אָרון.
6און ער האָט געמאַכט אַ דעק פֿון רײנעם גאָלד ,צװײ אײלן און אַ
האַלב ז ַײן לענג ,און אַן אײל און אַ האַלב ז ַײן ברײט 7 .און ער האָט
געמאַכט צװײ כּרובֿים פֿון גאָלד; געהאַמערט האָט ער זײ געמאַכט,
אױף בײדע עקן פֿון דעק 8 :אײן כּרובֿ ב ַײם עק פֿון דער ז ַײט ,און אײן
כּרובֿ ב ַײם עק פֿון דער אַנדער ז ַײט; פֿון דעק גופֿא האָט ער
געמאַכט די כּרובֿים אױף ז ַײנע בײדע עקן 9 .און די כּרובֿים האָבן