Page 92 - Shmoyis
P. 92

‫שמות‬

‫‪ 2‬און מע האָט געמאַכט דעם ֵאפֿוֹד פֿון גאָלד‪ ,‬בלאָער װאָל‪ ,‬און‬
‫פּורפּל‪ ,‬און װערמילרױט‪ ,‬און געדר ַײטן ל ַײנען‪ 3 .‬און מע האָט‬
‫אױסגעשלאָגן בלעכן פֿון גאָלד‪ ,‬און צעהאַקט אױף פֿעדים‪ ,‬אױף‬
‫אַר ַײנצואַרבעטן אין דער בלאָער װאָל‪ ,‬און אין דעם פּורפּל‪ ,‬און אין‬
‫דעם װערמילרױט‪ ,‬און אין דעם ל ַײנען‪ ,‬מיט קונציקער אַרבעט‪4 .‬‬
‫אַקסלבענדער האָט מען צו אים געמאַכט‪ ,‬באַהעפֿטע; ב ַײ ז ַײנע בײדע‬
‫עקן איז ער געװען באַהעפֿט‪ 5 .‬און ז ַײן גאַרטלבאַנד װאָס אױף אים‪,‬‬
‫איז געװען פֿון אים גופֿא‪ ,‬אַזױ װי ז ַײן אַרבעט‪ ,‬פֿון גאָלד‪ ,‬בלאָער‬
‫װאָל‪ ,‬און פּורפּל‪ ,‬און װערמילרױט‪ ,‬און געדר ַײטן ל ַײנען‪ ,‬אַזױ װי גאָט‬
‫האָט באַפֿױלן משהן‪ 6 .‬און מע האָט געמאַכט די אָניקלשטײנער‬
‫א ַײנגעראַמט אין א ַײנפֿאַסונגען פֿון גאָלד‪ ,‬אױסגעקריצט װי‬
‫אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל‪ ,‬לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪.‬‬
‫‪ 7‬און מע האָט זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די אַקסלבענדער פֿון ֵאפֿוֹד –‬
‫שטײנער פֿון דערמאָנונג פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ װי גאָט‬

                                                   ‫האָט באַפֿױלן משהן‪.‬‬

‫‪ 8‬און מע האָט געמאַכט דעם חושן קונציק אױסגעאַרבעט‪ ,‬אַזױ װי‬
‫די אַרבעט פֿון ֵאפֿוֹד‪ ,‬פֿון גאָלד‪ ,‬בלאָער װאָל‪ ,‬און פּורפּל‪ ,‬און‬
‫װערמילרױט‪ ,‬און געדר ַײטן ל ַײנען‪ 9 .‬פֿירעקעכדיק איז ער געװען;‬
‫געטאָפּלט האָט מען געמאַכט דעם חושן‪ ,‬אַ שפּאַן ז ַײן לענג‪ ,‬און אַ‬
‫שפּאַן ז ַײן ברײט‪ ,‬געטאָפּלט‪ 10 .‬און מע האָט אַר ַײנגעזעצט אין אים‬
‫פֿיר צײלן שטײנער‪ :‬אַ צײל פֿון רובין‪ ,‬טאָפּאַז‪ ,‬און שמאָראַק‪ ,‬אײן‬
‫צײל; ‪ 11‬און די צװײטע צײל‪ :‬גאַרפֿונקל‪ ,‬סאַפּירשטײן‪ ,‬און דימענט;‬
‫‪ 12‬און די דריטע צײל‪ :‬יאַכצום‪ ,‬אַגאַט‪ ,‬און אַמעטיסט; ‪ 13‬און די‬
‫פֿירטע צײל‪ :‬גאָלדשטײן‪ ,‬אָניקל‪ ,‬און יאַשפּיז; א ַײנגעראַמט אין‬
‫א ַײנפֿאַסונגען פֿון גאָלד אין זײערע א ַײנזעצונגען‪ 14 .‬און די שטײנער‬
‫ז ַײנען געװען לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬צװעלף‪ ,‬לױט‬
‫זײערע נעמען‪ ,‬װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל‪ ,‬איטלעכער לױט ז ַײן‬
‫נאָמען‪ ,‬אַקעגן די צװעלף שבֿטים‪ 15 .‬און מע האָט געמאַכט צום‬
‫חושן געדר ַײטע קײטן‪ ,‬פֿלעכטאַרבעט‪ ,‬פֿון רײנעם גאָלד‪ 16 .‬און מע‬
‫האָט געמאַכט צװײ א ַײנפֿאַסונגען פֿון גאָלד‪ ,‬און צװײ גילדערנע‬
‫רינגען‪ ,‬און מע האָט אַרױפֿגעטאָן די צװײ רינגען אױף די צװײ עקן‬
‫פֿון חושן‪ 17 .‬און מע האָט אַר ַײנגעטאָן די צװײ גילדערנע פֿלעכטן‬
‫אין די צװײ רינגען אױף די עקן פֿון חושן‪ 18 .‬און די צװײ עקן פֿון די‬
‫צװײ פֿלעכטן האָט מען אַרױפֿגעטאָן אױף די צװײ א ַײנפֿאַסונגען‪ ,‬און‬
‫זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די אַקסלבענדער פֿון ֵאפֿוֹד‪ ,‬אױף ז ַײן‬
   87   88   89   90   91   92   93   94   95   96   97