Page 95 - Shmoyis
P. 95
שמות
גילדערנעם מזבח פֿאַר װ ַײרױך ,פֿאַר דעם אָרון פֿון געזעץ ,און
אַרױפֿטאָן דעם טירפֿאָרהאַנג צום ִמשכּן 6 .און זאָלסט אַװעקשטעלן
דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער ,פֿאַר דעם א ַײנגאַנג פֿון דעם ִמשכּן
פֿון אוֹהל-מוֹעד 7 .און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם האַנטפֿאַס צװישן
אוֹהל-מוֹעד און צװישן מזבח ,און אַר ַײנטאָן אַהין װאַסער 8 .און
זאָלסט אױפֿשטעלן דעם הױף רונד אַרום ,און אַרױפֿטאָן דעם
טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף.
9און זאָלסט נעמען דאָס אײל פֿון זאַלבונג ,און זאַלבן דעם ִמשכּן,
און אַלץ װאָס אין אים ,און הײליקן אים און אַלע ז ַײנע זאַכן ,און ער
זאָל ז ַײן הײליק 10 .און זאָלסט זאַלבן דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער,
און אַלע ז ַײנע כּלים ,און הײליקן דעם מזבח; און דער מזבח זאָל ז ַײן
אַ הײליקסטע הײלקײט 11 .און זאָלסט זאַלבן דעם האַנטפֿאַס און
ז ַײן געשטעל ,און אים הײליקן.
12און זאָלסט מאַכן גענענען אַהרֹנען און ז ַײנע זין צום א ַײנגאַנג פֿון
אוֹהל-מוֹעד ,און זײ װאַשן מיט װאַסער 13 .און זאָלסט אָנטאָן
אַהרֹנען די הײליקע קלײדער ,און זאָלסט אים זאַלבן ,און אים
הײליקן ,אַז ער זאָל ז ַײן אַ כֹּהן צו מיר 14 .און זאָלסט מאַכן גענענען
ז ַײנע זין ,און זײ אָנטאָן העמדלעך 15 .און זאָלסט זײ זאַלבן ,אַזױ װי
דו האָסט געזאַלבט זײער פֿאָטער ,אַז זײ זאָלן ז ַײן כֹּהנים צו מיר; און
זײער זאַלבונג זאָל זײ ז ַײן פֿאַר אַן אײביקער כּהונה אױף זײערע דוֹר-
דוֹרות.
16און משה האָט דאָס געטאָן; אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט אים
באַפֿױלן ,אַזױ האָט ער געטאָן.
17און עס איז געװען אין ערשטן חודש אין צװײטן יאָר ,אין ערשטן
טאָג פֿון חוֹדש ,איז אױפֿגעשטעלט געװאָרן דער ִמשכּן 18 .און משה
האָט אױפֿגעשטעלט דעם ִמשכּן :ער האָט אַװעקגעלײגט ז ַײנע
שװעלן ,און אַר ַײנגעטאָן ז ַײנע ברעטער ,און אַר ַײנגעצױגן ז ַײנע
ריגלען ,און אױפֿגעשטעלט ז ַײנע ז ַײלן 19 .און ער האָט פֿאַרשפּרײט
דאָס געצעלט איבערן ִמשכּן ,און אַרױפֿגעטאָן דעם צודעק פֿון
געצעלט אױבן איבער אים ,אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן.
20און ער האָט גענומען און אַר ַײנגעלײגט דאָס געזעץ אין דעם
אָרון ,און אַרױפֿגעטאָן די שטאַנגען אױפֿן אָרון ,און אַרױפֿגעלײגט