Page 93 - Shmoyis
P. 93

‫שמות‬

‫פֿאָדערז ַײט‪ 19 .‬און מע האָט געמאַכט צװײ גילדערנע רינגען‪ ,‬און‬
‫אַרױפֿגעזעצט אױף די צװײ עקן פֿון חושן‪ ,‬ב ַײ ז ַײן זױם װאָס צו דער‬
‫ז ַײט פֿון ֵאפֿוֹד‪ ,‬אינעװײניק צו‪ 20 .‬און מע האָט געמאַכט צװײ‬
‫גילדערנע רינגען‪ ,‬און זײ אַרױפֿגעטאָן אױף די צװײ אַקסלבענדער פֿון‬
‫ֵאפֿוֹד‪ ,‬פֿון אונטן‪ ,‬אױף ז ַײן פֿאָדערז ַײט‪ ,‬ב ַײ ז ַײן באַהעפֿטונג‪ ,‬איבער‬
‫דעם אַרומבאַנד פֿון ֵאפֿוֹד‪ 21 .‬און מע האָט צוגעשנירט דעם חושן‬
‫דורך ז ַײנע רינגען צו די רינגען פֿון ֵאפֿוֹד‪ ,‬מיט אַ שנור פֿון בלאָער‬
‫װאָל‪ ,‬כּדי ער זאָל ז ַײן אױף דעם אַרומבאַנד פֿון ֵאפֿוֹד‪ ,‬און דער חושן‬

 ‫זאָל זיך ניט אַראָפּרוקן פֿון ֵאפֿוֹד; אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן‪.‬‬

‫‪ 22‬און מע האָט געמאַכט דעם מאַנטל פֿון ֵאפֿוֹד‪ ,‬װעבאַרבעט‪ ,‬פֿון‬
‫לױטער בלאָער װאָל‪ 23 .‬און די עפֿענונג פֿון דעם מאַנטל איז געװען‬
‫אין ז ַײן מיטן‪ ,‬אַזױ װי די עפֿענונג פֿון אַ פּאַנצערהעמד‪ ,‬מיט אַ זױם‬
‫ב ַײ ז ַײן עפֿענונג רונד אַרום‪ ,‬ער זאָל זיך ניט צער ַײסן‪ 24 .‬און מע‬
‫האָט געמאַכט אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל מילגרױמען פֿון‬
‫בלאָער װאָל‪ ,‬און פּורפּל‪ ,‬און װערמילרױט‪ ,‬געצװערנט‪ 25 .‬און מע‬
‫האָט געמאַכט גלעקלעך פֿון רײנעם גאָלד‪ ,‬און אַרױפֿגעטאָן די‬
‫גלעקלעך צװישן די מילגרױמען אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל רונד‬
‫אַרום‪ ,‬צװישן די מילגרױמען‪ 26 :‬אַ גלעקל און אַ מילגרױם‪ ,‬אַ גלעקל‬
‫און אַ מילגרױם‪ ,‬אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל רונד אַרום‪ ,‬אױף צו‬

                              ‫דינען; אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן‪.‬‬

‫‪ 27‬און מע האָט געמאַכט ל ַײנענע העמדלעך‪ ,‬װעבאַרבעט‪ ,‬פֿאַר‬
‫אַהרֹנען און פֿאַר ז ַײנע זין; ‪ 28‬און די ל ַײנענע הױב‪ ,‬און די שײנע‬
‫היטלען פֿון ל ַײנען‪ ,‬און די ל ַײנענע הױזן פֿון געדר ַײטן ל ַײנען; ‪ 29‬און‬
‫דעם גאַרטל פֿון געדר ַײטן ל ַײנען‪ ,‬און בלאָער װאָל‪ ,‬און פּורפּל‪ ,‬און‬
 ‫װערמילרױט‪ ,‬געשטיקטע אַרבעט‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן‪.‬‬

‫‪ 30‬און מע האָט געמאַכט דאָס שטערנבלעך‪ ,‬די הײליקע קרױן‪ ,‬פֿון‬
‫רײנעם גאָלד‪ ,‬און אױפֿגעשריבן אױף אים אַ געשריפֿטס‪ ,‬װי‬
‫אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל ”הײליק צו גאָט“‪ 31 .‬און מע האָט‬
‫אַרױפֿגעטאָן אױף אים אַ שנור פֿון בלאָער װאָל‪ ,‬כּדי אים אָנצוטאָן‬

          ‫אױף דער הױב פֿון אױבן‪ ,‬אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן‪.‬‬
   88   89   90   91   92   93   94   95   96   97   98