Page 96 - Shmoyis
P. 96
שמות
דעם דעק אױבן איבערן אָרון 21 .און ער האָט אַר ַײנגעבראַכט דעם
אָרון אין ִמשכּן ,און אַרױפֿגעטאָן דעם ָפּרוֹ ֶכת פֿון צװישנשײד ,און
פֿאַרהאַנגען דעם אָרון פֿון געזעץ ,אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן.
22און ער האָט אַר ַײנגעשטעלט דעם טיש אין אוֹהל-מוֹעד ,אין צפֿון-
ז ַײט ִמשכּן ,דרױסן פֿון ָפּרוֹ ֶכת 23 .און ער האָט אױסגעלײגט אױף
אים אַן אױסלײגונג פֿון ברױט ,פֿאַר גאָט ,אַזױ װי גאָט האָט משהן
באַפֿױלן.
24און ער האָט אַװעקגעשטעלט די מנוֹרה אין אוֹהל-מוֹעד אַקעגן
דעם טיש אין ָדרום-ז ַײט ִמשכּן 25 .און ער האָט אָנגעצונדן די
רערלעך פֿאַר גאָט ,אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן.
26און ער האָט אַװעקגעשטעלט דעם גילדערנעם מזבח אין אוֹהל-
מוֹעד פֿאַרן ָפּרוֹ ֶכת 27 .און ער האָט גערײכערט אױף אים װ ַײרױך פֿון
שמעקעדיקע געװירצן ,אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן.
28און ער האָט אַרױפֿגעטאָן דעם טירפֿאָרהאַנג צום ִמשכּן 29 .און
דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער האָט ער אַװעקגעשטעלט ב ַײם
א ַײנגאַנג פֿון דעם ִמשכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד ,און אױפֿגעבראַכט אױף
אים דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער ,אַזױ װי גאָט האָט
משהן באַפֿױלן.
30און ער האָט אַװעקגעשטעלט דעם האַנטפֿאַס צװישן אוֹהל-מוֹעד
און צװישן מזבח ,און אַר ַײנגעטאָן אַהין װאַסער ,זיך צו װאַשן – 31
כּדי משה און אַהרן און ז ַײנע זין זאָלן דערפֿון װאַשן זײערע הענט
און זײערע פֿיס; 32װען זײ קומען אין אוֹהל-מוֹעד ,און װען זײ
גענענען צום מזבח ,זאָלן זײ זיך װאַשן – אַזױ װי גאָט האָט משהן
באַפֿױלן.
33און ער האָט אױפֿגעשטעלט דעם הױף רונד אַרום דעם ִמשכּן און
דעם מזבח ,און אַרױפֿגעטאָן דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף.
און משה האָט געענדיקט די אַרבעט.
34און דער װאָלקן האָט א ַײנגעדעקט דעם אוֹהל-מוֹעד ,און די
פּראַכט פֿון גאָט האָט אָנגעפֿילט דעם ִמשכּן 35 .און משה האָט ניט