Page 91 - Shmoyis
P. 91
שמות
דער אַרבעט פֿון די ל ִוִיים אונטער דער האַנט פֿון אי ָת ָמר דעם זון פֿון
אַהרן דעם כֹּהן 22 – .און ב ַצל ֵאל דער זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן,
פֿון שבֿט יהודה ,האָט געמאַכט אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
23און מיט אים איז געװען אָהליאָב דער זון פֿון אַחי ָס ָמכן ,פֿון שבֿט
ָדן ,אַ מײנסטער ,און אַ קינצלער ,און אַ שטיקער אין בלאָער װאָל,
און אין פּורפּל ,און אין װערמילרױט ,און אין ל ַײנען 24 – .דאָס
גאַנצע גאָלד װאָס איז פֿאַרטאָן געװאָרן אױף דער אַרבעט ב ַײ דער
גאַנצער אַרבעט פֿון הײליקטום ,דאָס גאָלד פֿון דער אױפֿהײבונג ,איז
געװען נ ַײן און צװאַנציק צענטנער ,און זיבן הונדערט און דר ַײסיק
ֶשקל ,אױפֿן הײליקן ֶשקל 25 .און דאָס זילבער פֿון דער צײלונג פֿון
דער עדה איז געװען הונדערט צענטנער ,און טױזנט און זיבן
הונדערט און פֿינף און זיבעציק ֶשקל ,אױפֿן הײליקן ֶשקל 26 .אַ ב ַקע
אױף אַ קאָפּ ,אַ האַלבער ֶשקל ,אױפֿן הײליקן ֶשקל ,פֿאַר איטלעכן
װאָס איז אַר ַײנגעגאַנגען אין דער צײלונג ,פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און
העכער ,פֿאַר זעקס הונדערט טױזנט און דר ַײ טױזנט און פֿינף
הונדערט און פֿופֿציק 27 .און די הונדערט צענטנער זילבער ז ַײנען
געװען אױף אױסצוגיסן די שװעלן פֿון הײליקטום ,און די שװעלן פֿון
ָפּרוֹ ֶכת; הונדערט שװעלן פֿון הונדערט צענטנער ,אַ צענטנער אױף אַ
שװעל 28 .און פֿון די טױזנט און זיבן הונדערט און פֿינף און זיבעציק
האָט מען געמאַכט העקלעך צו די ז ַײלן ,און איבערגעצױגן זײערע
קעףּ ,און זײ אַרומגערײפֿט 29 .און דאָס קופּער פֿון דער אױפֿהײבונג
איז געװען זיבעציק צענטנער ,און צװײ טױזנט און פֿיר הונדערט
ֶשקל 30 .און מע האָט דערפֿון געמאַכט די שװעלן פֿון דעם א ַײנגאַנג
פֿון אוֹהל-מוֹעד ,און דעם קופּערנעם מזבח ,און די קופּערנע זיףּ װאָס
צו אים ,און אַלע כּלים פֿון מזבח 31 ,און די שװעלן פֿון הױף רונד
אַרום,
און די שװעלן פֿון דעם טױער פֿון הױף ,און אַלע פֿלעקלעך פֿון
ִמשכּן ,און אַלע פֿלעקלעך פֿון הױף רונד אַרום.
1און פֿון דער בלאָער װאָל ,און דעם פּורפּל ,און דעם
װערמילרױט ,האָט מען געמאַכט די געשטריקטע קלײדערלט
אױף צו דינען אין הײליקטום ,און געמאַכט די הײליקע קלײדער
װאָס פֿאַר אהרֹנען ,אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן.