Page 88 - Shmoyis
P. 88
שמות
אױסגעשפּרײט זײערע פֿליגלען צו דער הײך ,שירעמענדיק מיט
זײערע פֿליגלען איבער דעם דעק ,מיט זײערע פּנימער אײנער קעגן
אַנדערן; צום דעק צו ז ַײנען געװען די פּנימער פֿון די כּרובֿים.
10און ער האָט געמאַכט דעם טיש פֿון ִשטים-האָלץ ,צװײ אײלן ז ַײן
לענג ,און אַן אײל ז ַײן ברײט ,און אַן אײל און אַ האַלב ז ַײן הײך11 .
און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט רײנעם גאָלד ,און געמאַכט צו
אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום 12 .און ער האָט געמאַכט צו
אים אַ ל ַײסט פֿון אַ האַנטברײט רונד אַרום ,און געמאַכט אַ
גילדערנעם קראַנץ צו ז ַײן ל ַײסט רונד אַרום 13 .און ער האָט
אױסגעגאָסן פֿאַר אים פֿיר גילדערנע רינגען ,און אַרױפֿגעטאָן די
רינגען אױף די פֿיר װינקלען װאָס אױף ז ַײנע פֿיר פֿיס 14 .לעבן דעם
ל ַײסט ז ַײנען געװען די רינגען ,אױערן פֿאַר די שטאַנגען ,צו טראָגן
דעם טיש 15 .און ער האָט געמאַכט די שטאַנגען פֿון ִשטים-האָלץ,
און זײ איבערגעצױגן מיט גאָלד ,צו טראָגן דעם טיש 16און ער האָט
געמאַכט די כּלים װאָס אױפֿן טיש ,ז ַײנע שיסלען ,און ז ַײנע שאָלן,
און ז ַײנע בעכערס ,און די קאַנען װאָס מיט זײ װערט געגאָסן ,פֿון
רײנעם גאָלד.
17און ער האָט געמאַכט די מנוֹרה פֿון רײנעם גאָלד :געהאַמערט
האָט ער געמאַכט די מנוֹרה ,איר פֿוסגעשטעל ,און איר שטאַם; אירע
בעכערלעך – אירע קנעףּ און אירע בלומען – ז ַײנען געװען פֿון איר
גופֿא 18 .און זעקס רערן ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון אירע ז ַײטן ,דר ַײ
רערן פֿון דער מנוֹרה פֿון איר אײן ז ַײט ,און דר ַײ רערן פֿון דער מנוֹרה
פֿון איר צװײטער ז ַײט; 19דר ַײ מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך פֿון אַ
קנאָפּ מיט אַ בלום אױף אײן רער ,און דר ַײ מאַנדלקװײטיקע
בעכערלעך פֿון אַ קנאָפּ מיט אַ בלום אױפֿן אַנדער רער; אַזױ פֿאַר די
זעקס רערן װאָס ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון דער מנוֹרה 20 .און אױף
דער מנוֹרה אַלײן פֿיר מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך – אירע קנעףּ און
אירע בלומען; 21און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר ,און אַ
קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר ,און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן
פֿון איר ,פֿאַר די זעקס רערן װאָס ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען פֿון איר22 .
אירע קנעףּ און אירע רערן ז ַײנען געװען פֿון איר גופֿא ,אין גאַנצן
אײן אױסהאַמערונג פֿון רײנעם גאָלד 23 .און ער האָט געמאַכט אירע
זיבן רערלעך ,און אירע צװענגלעך ,און אירע אַשפֿענדלעך ,פֿון