Page 84 - Shmoyis
P. 84

‫שמות‬

‫װערמילרױט‪ ,‬און דעם ל ַײנען‪ 26 .‬און אַלע װ ַײבער װאָס זײער האַרץ‬
‫האָט זײ געטריבן מיט חכמה‪ ,‬האָבן געשפּונען די ציגנהאָר‪ 27 .‬און די‬
‫פֿירשטן האָבן געבראַכט די אָניקלשטײנער‪ ,‬און די שטײנער צום‬
‫א ַײנפֿאַסן‪ ,‬פֿאַרן ֵאפֿוֹד און פֿאַרן חושן; ‪ 28‬און די בשׂמים‪ ,‬און דאָס‬
‫אײל‪ ,‬פֿאַר ל ַײכטונג‪ ,‬און פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג‪ ,‬און פֿאַר דעם‬
‫װ ַײרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן‪ 29 .‬די קינדער פֿון ישׂראל האָבן‬
‫געבראַכט נדבות צו גאָט – איטלעכער מאַן און פרױ װאָס זײער‬
‫האַרץ האָט זײ באַװיליקט צו ברענגען פֿאַר דער גאַנצער אַרבעט‪,‬‬

                        ‫װאָס גאָט האָט באַפֿױלן דורך משהן צו מאַכן‪.‬‬

‫‪ 30‬און משה האָט געזאָגט צו די קינדער פֿון ישׂראל‪ :‬זעט‪ ,‬גאָט האָט‬
‫גערופֿן מיטן נאָמען ב ַצל ֵאל דעם זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן‪ ,‬פֿון‬
‫שבֿט יהודה‪ 31 .‬און ער האָט אים אָנגעפֿילט מיטן ג ַײסט פֿון גאָט‪,‬‬
‫אין חכמה‪ ,‬אין פֿאַרשטאַנדיקײט‪ ,‬און אין קענשאַפֿט‪ ,‬און אין‬
‫יעטװעדער מלאָכה; ‪ 32‬און אױסצוקינצלען קונציקע זאַכן‪ ,‬צו‬
‫אַרבעטן אין גאָלד‪ ,‬און אין זילבער‪ ,‬און אין קופּער; ‪ 33‬און אין‬
‫שנ ַײדונג פֿון שטײנער צום א ַײנפֿאַסן‪ ,‬און אין שניצונג פֿון האָלץ‪ ,‬צו‬
‫אַרבעטן אין יעטװעדער קונציקער מלאָכה‪ 34 .‬אױך צו לערנען‬
‫אַנדערע האָט ער אַר ַײנגעגעבן אין ז ַײן האַרצן‪ ,‬אים‪ ,‬און אָהליאָב‬
‫דעם זון פֿון אַחי ָס ָמכן‪ ,‬פֿון שבֿט ָדן‪ 35 .‬ער האָט זײ אָנגעפֿילט מיט‬
‫קלוגהאַרציקײט צו מאַכן יעטװעדער מלאָכה פֿונעם מײנסטער‪ ,‬און‬
‫פֿונעם קינצלער‪ ,‬און פֿונעם שטיקער אין בלאָער װאָל און אין‬
‫פּורפּל‪ ,‬אין װערמילרױט און אין ל ַײנען און פֿונעם װעבער – פֿון די‬

     ‫װאָס מאַכן אַלערלײ מלאָכות‪ ,‬און קינצלען אױס קונציקע זאַכן‪.‬‬

‫‪ 1‬און ב ַצל ֵאל און אָהליאָב‪ ,‬און אַלע קלוגהאַרציקע ל ַײט‪ ,‬װאָס‬

‫גאָט האָט אַר ַײנגעגעבן חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט אין זײ‪ ,‬צולו‬

‫װיסן װי צו טאָן יעטװעדער מלאָכה פֿון דער אַרבעט פֿון הײליקטום‪,‬‬
                     ‫זאָלן מאַכן אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן‪.‬‬

‫‪ 2‬און משה האָט גערופֿן ב ַצל ֵאלן‪ ,‬און אָהליאָבֿן‪ ,‬און איטלעכן‬
‫קלוגהאַרציקן מאַן‪ ,‬װאָס גאָט האָט אַר ַײנגעגעבן חכמה אין ז ַײן‬
‫האַרצן‪ ,‬איטלעכן װאָס ז ַײן האַרץ האָט אים געטריבן צו גענענען צו‬
‫דער אַרבעט‪ ,‬זי צו טאָן‪ 3 .‬און זײ האָבן גענומען פֿון משהן די גאַנצע‬
   79   80   81   82   83   84   85   86   87   88   89