Page 80 - Shmoyis
P. 80

‫שמות‬

‫ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע אױגן‪ ,‬גאָט‪ ,‬זאָל‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬גאָט גײן‬
‫צװישן אונדז‪ ,‬װאָרום אַ האַרטנעקיק פֿאָלק איז דאָס; און זאָלסט‬
‫פֿאַרגעבן אונדזער זינד און אונדזער חטא‪ ,‬און אונדז מאַכן פֿאַר ד ַײן‬

                                                                   ‫אַרב‪.‬‬

‫‪ 10‬האָט ער געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬איך שליס אַ בונד; אַנטקעגן פֿאַר ד ַײן גאַנצן‬
‫פֿאָלק װעל איך טאָן װוּנדער װאָס ז ַײנען ניט באַשאַפֿן געװאָרן אױף‬
‫דער גאַנצער ערד‪ ,‬און צװישן אַלע אומות; און דאָס גאַנצע פֿאָלק‪,‬‬
‫װאָס דו ביסט צװישן אים‪ ,‬װעט זען די טוּונג פֿון גאָט װאָס איך טו‬
‫מיט דיר‪ ,‬אַז זי איז פֿאָרכטיק‪ 11 .‬היט דיר װאָס איך באַפֿעל דיר‬
‫ה ַײנט; זע‪ ,‬איך פֿאַרטר ַײב פֿון פֿאַר דיר דעם ֶאמוֹרי‪ ,‬און דעם כַּנ ֲעני‪,‬‬
‫און דעם ִחתּי‪ ,‬און דעם פּ ִרזי‪ ,‬און דעם חוי‪ ,‬און דעם יבֿוסי‪ 12 .‬היט‬
‫זיך‪ ,‬זאָלסט ניט שליסן אַ בונד דעם באַװוינער פֿון דעם לאַנד װאָס‬
‫דו קומסט דערױף‪ ,‬כּדי ער זאָל ניט ז ַײן פֿאַר אַ שטרױכלונג צװישן‬
‫דיר‪ 13 .‬נ ַײערט זײערע מזבחות זאָלט איר צעשטױסן‪ ,‬און זײערע‬
‫ז ַײלשטײנער זאָלט איר צעברעכן‪ ,‬און זײערע געצנבײמער זאָלט איר‬
‫אָפּהאַקן‪ 14 .‬װאָרום טאָרסט זיך ניט בוקן צו אַן אַנדער גאָט‪ ,‬װ ַײל‬
‫יהוה – ז ַײן נאָמען איז צערענער‪ ,‬אַ צערנדיקער גאָט איז ער‪15 .‬‬
‫טאָמער װעסטו שליסן אַ בונד די באװױנער פֿון לאַנד‪ ,‬און זײ װעלן‬
‫ז ַײן פֿאַרפֿירט נאָך זײערע געטער‪ ,‬און שלאַכטן צו זײערע געטער‪,‬‬
‫װעלן זײ דיך רופֿן‪ ,‬און װעסט עסן פֿון זײער שלאַכטאָפּפֿער; ‪ 16‬און‬
‫װעסט נעמען פֿון זײערע טעכטער פֿאַר ד ַײנע זין‪ ,‬און זײערע‬
‫טעכטער װעלן ז ַײן פֿאַרפֿירט נאָך זײערע געטער‪ ,‬און װעלן פֿאַרפֿירן‬
‫ד ַײנע זין נאָך זײערע געטער‪ 17 .‬קײן געגאָסענע געטער זאָלסטו דיר‬

                                                              ‫ניט מאַכן‪.‬‬

‫‪ 18‬דעם ָיום‪-‬טובֿ פֿון מצות זאָלסטו היטן‪ :‬זיבן טעג זאָלסטו עסן‬
‫מצות‪ ,‬אַזױ װי איך האָב דיר באַפֿױלן‪ ,‬אין דער געשטעלטער צ ַײט אין‬
‫חוֹדש אָביב‪ ,‬װאָרום אין חוֹדש אָביב ביסטו אַרױסגעגאַנגען פֿון‬

                                                                ‫ִמצ ַר ִים‪.‬‬

‫‪ 19‬איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט געהערט צו מיר; און פֿון אַל‬
‫ד ַײן פֿי זאָלסטו הײליקן דעם ָזכר‪ ,‬דעם ערשטלינג פֿון אָקס און‬
‫שעפּס‪ 20 .‬און דעם ערשטלינג פֿון אַן אײזל זאָלסטו אױסלײזן מיט אַ‬
‫שעפּס; און אױב דו װעסט ניט אױסלײזן‪ ,‬זאָלסטו אים אָפּהאַקן דאָס‬

              ‫געניק‪ .‬יעטװעדער ב ָכור פֿון ד ַײנע זין זאָלסטו אױסלײזן‪.‬‬
   75   76   77   78   79   80   81   82   83   84   85